Oyneg Shabes

די המצאה פֿונעם גיהנום־שמשׂ

Quick Thinking By Hell’s Caretaker

  • Print
  • Share Share

אַ מאָל האָט אין װין געלעבט אַ װױלער ייִד. משה־אַהרן װיזען איז געװען זײַן נאָמען. דאָס גאַנצע לעבן זײַנס האָט ער געזאַמלט זעלטענע מינדלעכע מעשׂהלעך װעגן דער ייִדישער חכמה און חריפֿות, און באַזונדערס, די מעשׂהלעך, װעלכע ער האָט פֿאַרשריבן פֿון די ניט־ייִדן, װאָס האָבן גערעדט ייִדיש װי אַ מוטער־שפּראַך.

עס װײַזט אױס, אַז ר’ משה־אַהרן, אָדער זײַנע עלטערן, האָט געשטאַמט פֿון גאַליציע, װײַל אַ גרױסער טײל פֿון די מעשׂהלעך זײַנען טאָפּאָנימיש און אַנטראָפּאָנימיש פֿאַרבונדן מיט די פּריצים און ייִדן פֿון פּיטשעלאַיובע און אומגעגנט, די גיטער און דערפֿער פֿונעם פּריץ עמילקאָװיטש. מע קען באַלד דערטאַפּן, אַז די מעשׂהלעך האָבן אַ טיפֿן קריסטלעכן הינטער־מוסר — אַלע ייִדן זײַנען הענדלער און פּראָצענטניקעס, אָבער, אַזױ צי אַנדערש, נאָר סײַ די שפּראַך און סײַ די סוזשעטן זײַנען אַזױ שײן, אַז כ’האָב ניט געקענט זיך אײַנהאַלטן און אָט ברענג איך אײַך, טײַערע לײענער, אײן מעשׂהלע, פֿאַרשריבן מיט הונדערט יאָר צוריק, אין ר’ משה־אַהרן װיזענס פֿײַנעם קאַבינעט אױף דער פּאָרצעלאַן־גאַס אין װין.

* * *

דער פּריץ עמילקאָװיטש, דער באַזיצער פֿון עטלעכע דערפֿער בײַ פּיטשעלאַיובע, האָט אײן מאָל אין דער פֿרי אַ קוק געטאָן דורכן פֿענצטער אין דרױסן און דערזען, אַז גאַנצע מחנות ייִדן שטײען אין זײַן הױף און װאַרטן אױף עפּעס װאָס. האָט ער צוגערופֿן דעם זשאָנציע זײַנעם און פֿרעגט:

‒ װאָס װילן די ייִדן?

‒ זײ זענען אַלע געקומען, ‒ ענטפֿערט דער זשאָנציע, ‒ װעגן דער קרעטשמע, װאָס איז זינט נעכטן צו פֿאַרדינגען אין נאָװאָ־פּיטשעלאַיובע.

ניט לאַנג קלערנדיק, גיט דער פּריץ אַ גײ אַרױס צו די ייִדן און גיט אַ געשרײ:

‒ רבותי, קומץ אַהער! איך װעל ענק דערצײלן אַ מעשׂה.

די ייִדן האָבן זיך צונױפֿגעקומען און דער פּריץ האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן:

אין זינקאָװעץ זײַנען אַמאָל ניפֿטר געװאָרן אין אײן טאָג צװײ ייִדן, אײנער אַ צדיק און דער צװײטער ‒ אַ רשע. װי דער מינהג איז, האָבן מלאכים דעם צדיק געפֿירט אין גן־עדן אַרײַן און שדים דעם רשע אין גיהנום אַרײַן. אױפֿן װעג קײן גיהנום איז אָבער געשען אַן אומגערעכטע זאַך ‒ דער רשע, אַ װױלער זינקאָװעצער יונג איז פּלוצעם נעלם געװאָרן. די שדים האָבן אַפֿילו ניט באַמערקט, װען און װי אַזױ. איר װעט אײַך שױן מן־הסתּם אַלײן שטױסן, אַז מע האָט דעם יאַט אומעטום געזוכט, אָבער בחינם. ערשט נאָך אַ לאַנגער חקירה ודרישה איז מען געװויר געװאָרן, אַז דער תּכשיט… זיצט אין גן־עדן; ער האָט זיך דעמאָלט, אונטערװעגן קײן גיהנום, אַרײַנגעכאַפּט צװישן די מחנות מלאכים, װאָס האָבן מלװה געװען דעם צדיק און האָט זיך אױף אַזױ אַרומעט געקענט געבן אַ גנבֿע אַרײַן אין היכל פֿון די צדיקים.

װי באַלד דער נישט־גוטער האָט דאָס דערהערט, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין עצבֿות, מחמת דער גן־עדן גיט ניט אַרױס די נשמות כּל־זמן זײ געפֿינען זיך אינעװײניק, צװישן די גן־עדן־מױערן. דער נישט־גוטער האָט אָנגעהױבן זײער שטאַרק זיפֿצן, און פּלוצעם, װי ער זיצט אַזױ און קרעכצט, גיט אַ קום צו צון אים אײנער פֿון די גיהנום־שמשׂים, עפּעס אַ יונג לאַפּיטאָטערל מיט צװײ גנבֿישע אײגעלעך, און טוט אַ זאָג: „אדוני המלך, מאַך זיך נישט קײן עגמת־נפֿש. איך װעל דעם שײנעם יאַט שױן אַרױסבאַקומען פֿונעם גן־עדן.‟

„װי דערלעבט מען שױן דאָס צו זען?‟ ‒ מאַכט דער יימח־שמוניק און הערט נישט אױף צו זיפֿצן.

און װאָס מײנט עץ האָט דער לאַפּיטאָטער געטאָן?… ער איז גיך אַרײַנגעלאָפֿן אין גן־עדן און געגעבן אַ געשרײ:

„ישׂראל־קדושים! ס’איז דאָ אַ קרעטשמע צו פֿאַרדינגען!‟

קױם װאָס ער האָט אַרױסגעזאָגט דאָס לעצטע װאָרט, איז דער פֿאַרבלאָנדזשעטער רשע שוין געװען אין דרױסן און געשריִען: װוּ? װוּ?

„דאָרטן־אָ, ‒ זאָגט דער ניט־גוטער, ‒ כאַפּט דעם גיהנומניק בײַ דער האַנט און װיאָ מיט אים אין דער שאול תּחתיה אַרײַן…