די מאַמע האָט געדאַרפֿט גיין אין קראָם עפּעס קויפֿן, און אַזוי ווי אין דרויסן האָט שטאַרק גערעגנט, האָט זי ניט געקענט מיט זיך נעמען בעבעלען, איר קליין טאָכטערל, אַזוי ווי זי טוט דאָס אַלע מאָל בעת אין דרויסן איז שיין. מאַכט די מאַמע צו בעבעלען:
— איך גיי אין קראָם עפּעס קויפֿן. איך וועל באַלד קומען צוריק. וועסטו ניט מורא האָבן צו בלײַבן אַליין אין הויז?
זאָגט בעבעלע:
— ניין, מאַמע, איך האָב ניט מורא.
מאַכט די מאַמע:
— ביסט אַ גוט קינד, בעבעלע! איך וועל דיר דערפֿאַר ברענגען פֿון קראָם אַ גוטע זאַך.
איז די מאַמע אַוועק און בעבעלע איז געבליבן אַליין אין הויז.
טראַכט בעבעלע, וואָס זאָל זי טאָן, ביז די מאַמע וועט קומען? נעמט זי אַרומגיין פֿון איין צימער אין צווייטן, און ווייסט ניט, וואָס צו טאָן. גייט זי אַרײַן אין קיך, זעט זי דאָרטן געשיר אָן אַ שיעור און טעפּלעך און פֿענדלעך און קענדלעך, וואָלט זי געוואָלט שפּילן זיך דערמיט, קען זי דאָס ניט דערלאַנגען, ווײַל עס שטייט אין אַלמער, אָדער אויף אַ פּאָליציע, אָדער עס הענגט גלאַט אויף דער וואַנט.
קוקט בעבעלע אין אַלע זײַטן, קוקט און קוקט, אפֿשר וועט זי דערזען עפּעס, וואָס זי וועט יאָ קענען דערלאַנגען און שפּילן זיך דערמיט. דערזעט זי מיט אַ מאָל דאָס קעסטעלע שוועבעלעך גלײַך אויפֿן אויוון, און דעם אויוון קען זי גראָד דערלאַנגען, ווײַל ער איז נידעריק. נעמט זי דאָס קעסטעלע מיט די שוועבעלעך, עפֿנט אויף, וויל אַרויסנעמען איינע און אָנצינדן. בעבעלע ווייסט, ווי מען טוט דאָס: זי האָט געזען, ווי די מאַמע רײַבט אָן אַ שוועבעלע און עס ווערט אַ פֿײַער! זי וועט אויך אַזוי טאָן.
אָבער ווי זי וויל דאָס טאָן, אַזוי נעמט די שוועבעלע צו איר רעדן, גלײַך ווי דאָס וואָלט געווען אַ מענטש און ניט קיין שטיקל האָלץ:
— טשעפּע ניט, בעבעלע,
איך בין אַ שוועבעלע!
מאַכט בעבעלע:
— איך וועל דיך ניט טשעפּען, איך וויל זיך נאָר שפּילן.
זאָגט שוועבעלע:
— מען טאָר מיט פֿײַער זיך ניט שפּילן.
פֿײַער ברענט, עס וויל ניט קילן.
פֿײַער ברענט, פֿײַער ברענט,
קענסט פֿאַרברענען נאָך די הענט.
פֿרעגט בעבעלע:
— פֿאַר וואָס פֿאַרברענסטו ניט דער מאַמען די הענט?
ענטפֿערט שוועבעלע:
— ווײַל מאַמע איז גרעסער פֿון בעבעלע,
ווייסט וואָס צו טאָן מיט אַ שוועבעלע.
און דו ביסט נאָך קליין ווי אַ בעבעלע,
טאָרסט ניט האַלטן קיין שוועבעלע.
בלאָזט אָן בעבעלע די ליפּעלעך און מאַכט צו דעם שוועבעלע:
— אַ, ביסט אַ שלעכטע! דו ביסט שלעכט צו קליינע קינדער. ווילסט ניט, זיי זאָלן זיך שפּילן מיט דיר.
זאָגט שוועבעלע:
— ניין, בעבעלע! איך בין ניט שלעכט צו קליינע קינדער. אַדרבא, איך בין גוט צו זיי. מאַמע דאַרף קאָכן וואַרעמעס פֿאַר די קליינע קינדער, צינדט זי מיך אָן און איך מאַך פֿײַער, מען זאָל קענען קאָכן. ווערט אין שטוב פֿינצטער, און קליינע קינדער האָבן מורא, אַזוי צינד איך אָן פֿײַער און עס ווערט ליכטיק און פֿריילעך. איך וויל נאָר ניט, אַז קליינע קינדער זאָלן זיך שפּילן מיט מיר, קליינע קינדער זאָלן מיך אָנצינדן. ווײַל הער אויף אַ טשיקאַוועס אַ מעשׂה, וואָס עס האָט אַ מאָל געטראָפֿן. לייג מיך אָבער אַפֿריִער אַוועק צוריק אין קעסטעלע, וווּ איך בין געלעגן, וועל איך דיר פֿון דאָרטן די מעשׂה דערציילן.
בעבעלע האָט אַרײַנגעלייגט דאָס שוועבעלע צוריק אין קעסטעלע, און דאָס שוועבעלע האָט איר דערציילט די מעשׂה:
— אַ מאָל איז געווען אַ מיידעלע, אַזאַ ווי דו, בעבעלע! און זי איז אויך געבליבן אַליין אין הויז, אַזוי ווי דו, בעבעלע! האָט זי געפֿונען דאָס קעסטעלע מיט די שוועבעלעך, אַזוי ווי דו, בעבעלע, און האָט אַרויסגענומען אַ שוועבעלע, אַזוי ווי דו, בעבעלע, און גענומען זיך שפּילן. זי שפּילט זיך, און איך לאָז זיך. ווײַל איך האָב ניט געוווּסט, אַז עס קען עפּעס טרעפֿן.
נו, האָט זיך דאָס מיידעלע געשפּילט מיט מיר, ביז זי האָט מיך אָנגעריבן און איך האָב זיך אָנגעצונדן. דאָס מיידעלע האָט זיך דערפֿרייט, און איך אויך. האָט זיך דאָס מיידעלע געשפּילט מיט מײַן פֿײַער און געמאַכט אַלערליי קונצן, ביז זי האָט שוין מיך מער ניט געקענט האַלטן אין האַנט, האָט זי מיך אַ וואָרף געטאָן און איך בין געפֿאַלן אויף אַ פּאַפּיר. דאָס פּאַפּיר האָט זיך גלײַך אָנגעצונדן פֿון מיר, און דאָס מיידעלע האָט זיך אַלץ געפֿרייט. פֿון פּאַפּיר איז מײַן פֿײַער אַוועק צו אַ פֿאַרטעך, וואָס איז געווען אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד. און פֿון פֿאַרטעך בין איך אַוועק צו אַ שטול און פֿון שטול בין איך אַרויף אויפֿן טיש און מײַן פֿײַער איז געקראָכן אַלץ העכער און העכער, ביז איך האָב דערלאַנגט דעם סופֿיט, און אַלצדינג האָט גענומען ברענען, און דאָס מיידעלע האָט זיך דערשראָקן און גענומען שרײַען און לויפֿן, און וווּ צו לויפֿן איז שוין ניט געווען, ווײַל אומעטום זענען שוין געווען פֿלאַמען און רויך.
איך האָב געזען, אַז דאָס מיידעלע קען פֿאַרברענט ווערן, און מיר איז געווען אַזאַ רחמנות אויף איר! אָבער איך בין דאָך ניט שולדיק! דאָס מיידעלע האָט זיך מיט מיר ניט געדאַרפֿט שפּילן. מיט פֿײַער שפּילט מען זיך ניט. איך האָב אַזוי געחלשט, עמעצער זאָל קומען און אויסלעשן דאָס פֿײַער און ראַטעווען דאָס מיידעלע! און דעם מיידעלעס מאַמע איז נאָך ניט געקומען, און אָט־אָט ברענט שוין בײַ דעם מיידעלע דאָס קליידעלע. נאָר אָט זענען געקומען די פֿײַער־לעשער און זיי האָבן דאָס מיידעלע גלײַך געראַטעוועט פֿון די פֿלאַמען. ווען ניט זיי, וואָלט דאָס מיידעלע פֿאַרברענט געוואָרן. פֿון דעמאָלט אָן לאָז איך ניט מער קיין קליינע קינדער שפּילן זיך מיט מיר. איך שרײַ צו זיי:
היט זיך פֿאַר פֿײַער!
דאָס לעבן איז טײַער.
גוטע קינדער פֿאָלגן מיר, שלעכטע — ניט. איז די גוטע קינדער גוט, און די שלעכטע — שלעכט. און דו, בעבעלע, זע איך, ביסט אויך פֿון די גוטע קינדער, אַיאָ?
בעבעלע האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, אַז יאָ, און בעבעלע האָט צוגעזאָגט, ניט צו טשעפּען מער קיין שוועבעלע.
בעבעלע איז אַרויס פֿון קיך און האָט גענומען זוכן מיט וואָס אַנדערש צו שפּילן זיך. זי האָט געפֿונען איר ליאַלקע, האָט זי זיך גענומען שפּילן מיט איר און זי האָט אָנגעזאָגט דער ליאַלקע, אַז מיט אַ שוועבעלע טאָר מען זיך ניט שפּילן, ווײַל מען קען נאָך פֿאַרברענט ווערן.
אַזוי האָט זיך בעבעלע געשפּילט מיט דער ליאַלקע. ביז די מאַמע איז געקומען. און אַז די מאַמע איז געקומען, האָט איר בעבעלע דערציילט די מעשׂה פֿון דעם שוועבעלע. די מאַמע האָט בעבעלען אַ קוש געטאָן און געגעבן איר אַ גוטע זאַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.