ד״ר מאַקס כּהן, אַ פּאַריזער פּסיכאָאַנאַליטיקער, איז דער מחבר פֿון אַ סך ביכער און ער פֿאַרנעמט זיך אויך אַ סך יאָרן מיט מאַכן אינטערוויוען אויף ייִדיש מיט פֿאַרשיידענע מענטשן איבער דער גאָרער וועלט. אַ שטיק צײַט האָט ער דאָס געמאַכט אין נאָמען פֿון „פֿאָרוועטרטס‟, אָבער, דער עיקר, טוט ער עס אויף זײַן אייגענעם אַחריות, פֿריִער אויף זײַן וועבזײַטל www.maxkohn.com און איצט אויפֿן זײַטל „ייִדיש פֿאַר נאַראָנים‟ (Yiddish Pour les Nuls):
https://www.youtube.com/channel/UCea2bERdBGU1LJc0ks8scIg/videos
מיר ברענגען אײַך איצט אַ פֿרישן אינטערוויו געמאַכט מיטן שווייצער סוחר ר’ יצחק שעכטער וועגן דער ייִדישער קהילה אין ציריך. שעכטער רעדט אַ פּרעכטיקן פּוילישן ייִדיש, כאָטש זײַן שווייצער ייִחוס גייט צוריק הונדערטער יאָרן. ער דערציילט אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זײַן קהילה, וואָס באַשטייט פֿון בלויז עטלעכע טויזנט ייִדן — כאָטש זיי מאַכן אַן אײַנדרוק ווי הונדערטער טויזנטער, ווײַל די באַן פֿאָרט פּונקט איבער זייערע געסעלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.