Oyneg Shabes

װאָס שטעקט אין די בעסאַראַבער נעמען?

Where did the Bessarabian Names Come From?

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

די אַנטראָפּאָנימיק (װיסנשאַפֿט װעגן די פֿאַמיליע־נעמען) פֿון דער ייִדישער בעסאַראַבער קהילה איז כּמעט ניט געפֿאָרשט געװאָרן. אױך דאָס שטײנדל, װאָס איך װאַרף איצט אױפֿן ניט־געאַקערטן פֿעלד פֿון דער בעסאַראַבער ייִדישער אַנטראָפּאָנימיק, איז ניט מער װי אַ פּרוּװ צו פֿאַראינטערעסירן די װיסנשאַפֿטלער מיט דער ביז גאָר אינטערעסאַנטער טעמע.

דער שטח פֿון בעסאַראַביע — פֿון אַקערמאַו (טשעטאַטיאַ אַלבע, בעלגאָראָד־דניעסטראָװסק) אױף דרום ביז האָטין אױף צפֿון — האָט ניט געװוּסט קײן שלום־רו און װײסט עס ניט ביז הײַנטיקן טאָג. עס איז געװען אומאָפּהענגיק, געװען אַ טײל פֿון טערקישער אימפּעריע, אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אַ טײל פֿון גרױס־רומעניע, אַ טײל פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און איצט — װידער אַ מאָל אומאָפּהענגיק — רעפּובליקאַ מאָלדאָװאַ, אָבער גוט געשניטן פֿון דרום, פֿון מיזרח און פֿון צפֿון. מילא, פּאָליטיק און מלחמה זײַנען אַ שרעקלעכע זאַך. צו טרױמען, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון בעסאַראַביע װעט האַלטן אין אײן װאַקסן און זיך אַנטװיקלען, איז הײַנטיקע טעג ניט מער װי אַ חלום, און איך מײן, אַז עס איז זײער אינטערעסאַנט צו זען די השפּעה פֿון טערקיש, רומעניש און כּלל־סלאַװיש (אַ מאָל אוקאַיִניש און פּױליש און אַ מאָל רוסיש) אױף אױספֿורעמען דעם קאָרפּוס פֿון ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען אין בעסאַראַביע.

איך ריר ניט אָן די גרונטלעכע עטימאָלאָגיע פֿון די פֿאַכן און געאָגראַפֿישע פּונקטן, נאָר די אַזױ גערופֿענע נאָענטע עטימאָלאָגיע, ס’הײסט, די שפּראַך װעלכע האָט געהאַט אַ דירעקטע װירקונג אױפֿן צוגעטײלטן פֿאַמיליע־נאָמען אין אַ געװיסער היסטאָרישער צײַט, פֿון 15־טן ביז 20־טן יאָרהונדערט. עס בלײַבט מיר נאָר אונטערשטרײַכן, אַז אַלע פֿאָרגעלײגטע פֿאַמיליע־נעמען זײַנען אַראָפּגענומען געװאָרן פֿון די מצבֿות אױף די בעסאַראַבער פֿעלדער.

די גרעסטע גרופּע ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער בעסאַראַבער טאָפּאָנימיק (געאָגראַפֿישע נעמען) און זײ האָבן דרײַ מינים באַציִונגס־ענדונגען ‒ די ייִדישע “ער”, די סלאַװישע “י” װי אױך “ий”, און די רומענישע “אַן”. צום בײַשפּיל, אַ תּושבֿ אָדער אַן אָפּשטאַמיקער פֿונעם שטעטל סאָראָקאַ האָט באַקומען אַ פֿאַמיליע־נאָמען ‒ סאָראָקער, סאָראָצקי, סאָראָקסי, סאָראָטשאַן און סאָראָטשאַנו. און װײַטער: אַלעקסאַנדרענסקי (אַלעקסאַנדרענ’), אַקערמאַן און אַקערמאַנסקי, קאַושאַנסקי (קאַושענ’), קישיניאָװסקי (קישינעו, קעשענעװ), ליפּקאַנער (ליפּקאַנ’), בעלצאַן, בעלצאַנו, בעלצער (בעלץ), װעראָזשינסקי (װעראָזשענ’), מאָראָשענסקי (מאָראָשענ’), סקולענער (סקולענ’), ניצקאַנער (ניצקאַנ’), קאַלאַראַש, קאַלאַראַשער, קאַלאַראַשאַן (קעלעראַש), בענדערסקי און טעגינער, טעגינסקי (בענדער, טעגינאַ), שאָלדאַנעשטסקי (שאָלדענעשט’), גערטאָפּסקי און גירטאָפּסקי (גירטאָפּ), טאַטאַרבונאַרסקי (טאַטאַרבונאַר’), טיראַספּאָלסקי (טיראַספּאָלסקי (טיראַספּאָל), באַלטער (באַלטאַ), אָקניצער (אָקניצאַ), דובאָסאַרסקי דובאָסאַר’), האָטינער און כאָטינער, האָטינסקי (האָטין), מאַשקאַוצאַן (מאַשקאַוץ’), װישקאַוצאַן (װישקאַוץ’), װעזדאַוצאַן און װעזדעוצאַן (װעזדעוץ’), ראַשקאָװאַן (ראַשקאָװ).

צוגעקומענע (גרױס־רומעניע): באָטאָשאַנסקי (באָטאָשאַן, צפֿון־רומעניע), יאַסער (יאַש’, רומענישע מאָלדאָװע), טשערנאָװיצקי און טשערנאָוצאַן (טשערנאָװיץ, טשערנאָוץ, בוקאָװינע)

גאַנץ באַזונדערע און זעלטענע פֿאַמיליע־נעמען, נאָר בײַ די ייִדן — שעפּטעבאַנ’ (זיבן גראָשן), טרײלײ (דרײַ לײ).

מלאָכישע פֿאַמיליע־נעמען: טאַלפּאָלאַר’ (שוסטער, פּעדעשװעס־מאַכער), קראָיטאָר און קראָיטאָרו (שנײַדער), װאַרזאַר’ (קרױטער), לאָגאָפֿעט (שטאַמט פֿון אַלט־גריכיש, אַ הױכער מלוכה־פּאָסטן בײַ די מיטלעלטערישע מאָלדאַװישע און װאַלאַכישע פֿירשטן).

טערקיש־שטאַמיקע פֿאַמיליע־נעמען: דערזשי (דערעזשי, דערעדזשי), קאָלפּאַקטשי, קאַראַמאַן (עקװיװאַלענט פֿון גערמאַנישן שװאַרצמאַן), סאַראַדזשאַ, קוטשוק (אַ קלײנװוּקסיקער, זײַן רומענישער עקװיװאַלענט — קאַלין און דער גערמאַנישער — קלײנמאַן).