No Place Like Home

גרויסע ענדערונגען אין דער אַמעריקאַנער דיעטע

BIg Changes in How Americans Eat

  • Print
  • Share Share

ביז לעצטנס האָבן בלויז די אײַנוווינער פֿון די גרויסע שטעט זיך געהיט מיט זייער עסן, און אויסגעמיטן געוויסע אינגרעדיענטן, וואָס זיי האַלטן, אַז עס שאַט דעם געזונט. אָבער הײַנט היטן זיך שוין אויך מענטשן פֿון קליינע שטעט און שטעטלעך, און די שפּײַזפֿירמעס באַמיִען זיך שטאַרק צופֿרידנצושטעלן די נײַע פֿאַרלאַנגען.

די ריזיקע פֿירמע „דזשענעראַל מילס‟, למשל, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי וועט אויפֿהערן מאַכן אירע גרײַפּלעך (cold cereal) מיט קינסטלעכע קאָלירן און טעמען. די הינדל־פֿירמעס „פּערדו‟ און „טײַסאָן‟ באַגרענעצן איצט דעם באַניץ פֿון אַנטיביאָטיק אין זייערע הינער. „קרעפֿט‟ האָט געמאָלדן, אַז זי וועט מער נישט ניצן קינסטלעכע פֿאַרבן פֿאַר איר קאָמערציעל־פּראָדוצירטן מאַקאַראָני מיט קעז. „הערשיס‟ וועט ניצן „פֿרישע מילעך פֿון אָרטיקע פֿאַרמען‟ פֿאַר אירע שאָקאָלאַדן.

די באַשלוסן פֿון די באַרימטע פֿירמעס זענען אַ רעאַקציע אויף דעם וואָס די קאָנסומענטן האָבן במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר זיי פּשוט פֿאַרלאָזט, צוליב די קינסטלעכע אינגרעדיענטן און הויכן פּראָצענט זאַלץ און צוקער אין זייערע פּראָדוקטן. אַפֿילו די פּראָדוצענטן פֿון מאַראַנצן־זאַפֿט, וואָס איז יאָרן לאַנג באַצייכנט געוואָרן ווי אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ געזונטן פֿרישטיק, האָבן פֿאַרלוירן 45% פֿון זייערע קונים, ווײַל אַזאַ זאַפֿט האָט אַ הויכן פּראָצענט צוקער — אַ סך מער צוקער ווי דער זאַפֿט, וואָס אַ מענטש קאָן אויסקוועטשן פֿון פֿרישע מאַראַנצן בײַ זיך אין קיך.

אַמאָל פֿלעגן די קונים אין די שפּײַזקראָמען פֿאַרברענגען ס׳רובֿ פֿון דער צײַט בײַ די פּאָליצעס פֿון קאָמערציעל־צוגעגרייטע פּראָדוקטן, אָבער הײַנט קויפֿן זיי, צום גרויסן טייל, פֿרישע פּראָדוקטן: רויע פֿרוכטן און גרינסן, רוי פֿלייש, און פֿריש־געבאַקן ברויט און געבעקסן.

קריטיקער פֿון די גרויסע שפּײַזפֿירמעס טענהן, אַז אויב זיי ווילן ווײַטער אָנהאַלטן זייערע קונים, וועלן זיי מוזן צוצוגרייטן מער געזונטע שפּײַזן. זיי לייגן פֿאָר, אַז די פֿירמעס זאָלן שטאַרק שנײַדן דעם פּראָצענט צוקער אין זייערע פּראָדוקטן. אַפֿילו די יאָגורטן, וואָס זענען געמאַכט מיט פֿרוכט אַזוי ווי יאַגדעס, למשל, האָבן זייער אַ הויכן פּראָצענט צוקער; איין קאַרטאָנדל פֿון 8 אונץ (226 גראַם) קאָן האָבן 33 מיליגראַם צוקער!

די ריזיקע פֿירמע „נעסליס‟, וואָס מאַכט פֿאַרפֿרוירענע פּראָדוקטן, האָט לעצטנס אינוועסטירט 50 מיליאָן דאָלאַר אין אַ נײַער אײַנריכטונג, וואָס זאָל אויספּרוּוון נײַע פֿאַרפֿרוירענע מאכלים, אָבער האַנס טאַפּאַריאַ, אַ געשעפֿט־פּראָפֿעסאָר אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט וואָרנט „נעסליס‟, אַז ס׳איז אַרויסגעוואָרפֿן געלט, ווײַל די הײַנטיקע קאָנסומענטן ווילן גיכער פֿריש־געמאַכטע מאכלים. „די פֿירמע וואָלט גיכער געדאַרפֿט אינוועסטירן אין געזונטע, פֿריש־געמאַכטע מאָלצײַטן, וואָס מע זאָל פֿאַרקויפֿן בײַם ׳דעלי׳־אָפּטייל פֿון די סופּערמאַרקן איבערן לאַנד,‟ האָט ער געזאָגט. „דאָס וואָלט געווען זייער איינציקער שאַנס אָנצוהאַלטן זייערע קונים.‟