יעדן יוני (דער „ראָמאַנטישסטער‟ חודש) האָבן חתונה בערך 13,000 אַמעריקאַנער, אָבער בלויז 30% פֿון די פּאָרפֿעלקער בלײַבן צופֿרידן מיטן זיווג, שרײַבט דער פּסיכאָלאָג טײַ טאַשיראָ אין זײַן בוך, The Science of Happily Ever After [די וויסנשאַפֿט פֿון בלײַבן גליקלעך צוזאַמען].
ער איז נישט דער איינציקער פּסיכאָלאָג, וואָס האָט שטודירט דעם פֿענאָמען. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 40 יאָר האָט דזשאָן גאָטמאַן אָבסערווירט טויזנטער פּאָרפֿעלקער, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון אַ געראָטענעם צוזאַמענלעבן. אין 1986 האָט ער מיט זײַנע מיטאַרבעטער שטודירט ערשט־חתונה געהאַטע פּאָרלעך און זיך צוגעקוקט ווי זיי באַציִען זיך איינער צום צווייטן.
זיי האָבן בײַ יעדן פֿון זיי אויך צוגעטשעפּעט עלעקטראָדן צום מוח. בעת מע האָט זיי אויסגעפֿרעגט וועגן זייער באַציִונג, האָט מען געמאָסטן זייער בלוטשטראָם, האַרץ־קלאַפּעניש און וויפֿל זיי האָבן געשוויצט. זעקס יאָר שפּעטער האָט מען זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט זיי, כּדי צו זען, אויב דאָס פּאָרל לעבט נאָך צוזאַמען.
דורך דער אינפֿאָרמאַציע וואָס זיי האָבן געזאַמלט, האָט גאָטמאַן צעטיילט די פּאָרפֿעלקער אין צוויי גרופּעס: די „גליקלעכע‟ און די „אומגליקלעכע‟. די „גליקלעכע‟ זענען די וואָס זענען נאָך זעקס יאָר נאָך אַלץ געווען אַ פּאָר; די „אומגליקלעכע‟ האָבן זיך שוין ביז דעמאָלט געהאַט צעשיידט, אָדער געווען שטאַרק נישט־צופֿרידן מיט זייער זיווג־לעבן.
קוקנדיק צוריק אויף די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿיזעאָלאָגיע בעת די אינטערוויוען מיט זעקס יאָר פֿריִער, האָבן די פֿאָרשער באַמערקט, אַז כאָטש די „אומגליקלעכע‟ האָבן בעתן אינטערוויו אויסגעזען רויִק, האָבן די עלעקטראָדן דערציילט אַ גאָר אַנדער מעשׂה: בײַ זיי האָט שטאַרק געקלאַפּט דאָס האַרץ; זיי האָבן שטאַרק געשוויצט, און דאָס בלוט איז גיך געפֿלאָסן. זעקס יאָר שפּעטער האָט גאָטמאַן באַמערקט, אַז וואָס מער „אַקטיוו‟ עס איז געווען די פֿיזעאָלאָגיע פֿון אַ געוויס פּאָפֿאָלק, אַלץ גיכער איז זייער באַציִונג פֿאַרדאָרבן געוואָרן.
אין אַ צווייטער שטודיע, אין 1990, האָט גאָטמאַן פֿאַרבעטן 130 ערשט־חתונה געהאַטע פּאָרפֿעלקער אין אַ לאַבאָראַטאָריע, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ שיינע אַכסניה. ער האָט זיך צוגעקוקט ווי זיי קאָכן, ראַמען אויף, הערן זיך צו צו מוזיק, עסן און שמועסן. במשך פֿונעם טאָג האָט ער באַמערקט, ווי איינער פּרוּווט פֿאַראינטערעסירן דעם פּאַרטנער אין עפּעס וואָס איז אים וויכטיק. איין מאַן, למשל, אַ ליבהאָבער פֿון פֿייגל, האָט באַמערקט ווי ס׳פֿליט פֿאַרבײַ אַ טשיזשיק, און אויסגערופֿן צו זײַן פֿרוי: „זע נאָר דאָס שיינע פֿייגעלע!‟ דאָס איז בײַ אים נישט בלויז געווען אַ נייטראַלע באַמערקונג וועגן אַ פֿויגל, נאָר אויך אַ באַווײַז, אַז ער זוכט אַ סימן פֿון אינטערעס בײַ זײַן פֿרוי, האָפֿנדיק, אַז דאָס וועט זיי — אַפֿילו אויב בלויז אויף אַ רגע — עמאָציאָנעל פֿאַרבינדן.
די פֿרוי אין אַזאַ מצבֿ האָט אַ ברירה. זי קען זיך אויך פֿרייען מיט זײַן אַנטדעקונג, אָדער זי קען עס איגנאָרירן און ווײַטער טאָן דאָס וואָס זי האָט פֿריִער געטאָן: קוקן טעלעוויזיע אָדער לייענען די צײַטונג. זי קען אַפֿילו רעאַגירן אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן, זאָגנדיק: „לאָז מיך אָפּ, איך לייען איצט.‟
אַזוינע אויסבײַטן האָבן שטאַרק באַווירקט דעם זיווג־לעבן, האָט גאָטמאַן באַמערקט. די פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן זיך געגט נאָך זעקס יאָר, האָבן שוין אין דער לאַבאָראַטאָריע, בערך 33% פֿון דער צײַט, אַרויסגעוויזן גלײַכגילט אויף די ווענדונגען פֿונעם פּאַרטנער. אָבער בײַ די פּאָרלעך וואָס האָבן יאָ פּאָזיטיוו רעאַגירט אויפֿן זיווגס ווענדונגען פֿאַר אינטימקייט, האָבן 87% פֿון זיי נאָך אַלץ געלעבט צוזאַמען נאָך זעקס יאָר.
אַן אַנדער שטריך בײַ די „אומגליקלעכע‟ איז געווען זייער טענדענץ צו „זוכן חסרונות‟ בײַם זיווג. מענטשן וואָס האָבן אַ סך קריטיקירט זייער פּאַרטנער האָבן אָפֿט מאָל פֿאַרפֿעלט די פּאָזיטיווע זאַכן, וואָס דער פּאַרטנער האָט יאָ געטאָן.
צום בײַשפּיל: אַ מאַן האָט פֿאָרגעלייגט זײַן פֿרוי זיך צו טרעפֿן אויף אַ ראַנדקע אין אַ רעסטאָראַן. די פֿרוי האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט (ווי געוויינטלעך), און ער האָט עס אויסגעטײַטשט אַזוי: „איך האָב זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, געמאַכט רעזערוואַציעס אין רעסטאָראַן און פֿרי פֿאַרלאָזט די אַרבעט, כּדי צו פֿאַרברענגען אַ ראָמאַנטישן אָוונט צוזאַמען, אָבער זי שאַצט עס בכלל נישט אָפּ.‟ דער מאַן האָט גאָר נישט געוווּסט, אַז זײַן פֿרוי האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט, דווקא ווײַל זי האָט זיך אָפּגעשטעלט אין אַ געשעפֿט, כּדי צו קויפֿן אים אַ מתּנה.
אין אַן אַנדער שטודיע, פֿונעם יאָר 2006, האָט די פּסיכאָלאָגין שעלי גייבל שטודירט אַ צאָל יונגע פּאָרלעך (נישט חתונה־געהאַטע), כּדי אויסצוגעפֿינען ווי אַזוי מענטשן האָבן רעאַגירט אויף גוטע נײַעס פֿונעם פּאַרטנער. גייבל האָט באַמערקט, אַז נישט אַלע האָבן רעאַגירט פּאָזיטיוו אויף דעם. איין מאַן, למשל, האָט מיט פֿרייד דערציילט, אַז מע האָט אים געהעכערט דעם ראַנג בײַ דער אַרבעט, אָבער זײַן חבֿרטע האָט בלויז געגעבן אַ קוק אויפֿן זייגערל, און געזאָגט פּשוט: „גוט.‟
אַ צווייטן בײַשפּיל: אַ פֿרוי האָט דערציילט, אַז מע האָט זי אָנגענומען אין זייער אַ חשובֿער מעדיצינישער שול, און איר מאַן, אַנשטאָט איר צו ווינטשן מזל־טובֿ, האָט געזאָגט: „ביסט זיכער, אַז דו וועסט קענען דאָרט מצליח זײַן? און וואָס איז מיטן שׂכר־לימוד פֿון אַזאַ שול? ס׳איז דאָך אַזוי טײַער.‟
„בײַ אַ געראָטענעם פּאָרפֿאָלק, וואָלט דער מאַן רעאַגירט זייער אַנדערש,‟ האָט גייבל געזאָגט. ער וואָלט, למשל, געענטפֿערט: „מזל־טובֿ! ווען האָסטו זיך דערוווּסט, אַז מע האָט דיך אָנגענומען? וועלכע קלאַסן וועסטו נעמען?‟
גייבל און אירע קאָלעגן האָבן, מיט צוויי חדשים שפּעטער, זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט די זעלבע פּאָרלעך, כּדי צו זען אויב זיי זענען נאָך צוזאַמען. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן, וואָס האָבן בײַם אינטערוויו אַרויסגעוויזן אַן עכטן אינטערעס אין די גוטע בשׂורות פֿון זייער פּאַרטנער, זענען נאָך אַלץ געווען אַ פּאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.