מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָב איך מנחם־אָבֿל געווען אַ משפּחה פֿון פֿיר דערוואַקסענע זין, וואָס האָבן ערשט געהאַט פֿאַרלוירן די מאַמע. בעת דעם שמועס האָב איך דערהערט ווי איין ברודער זאָגט, האַלב־וויצלענדיק, צום צווייטן: „נו, מיר ווייסן שוין ביידע, וועלכע שנור איז געווען איר באַליבטסטע…‟
מסתּמא, האָבן די צוויי נישט געוווּסט, אַז איך האָב דאָס געהערט, האָב איך זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג טראַכט איך וועגן דעם זאָג. איז דאָס אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך, אַז דערוואַקסענע קינדער „ווייסן‟ ווער ס׳איז געווען דאָס „באַליבטסטע‟ קינד פֿון די עלטערן? און אויב יאָ, קאָן דאָס נישט אַרויסרופֿן אַ טיפֿן פֿאַראיבל בײַ די שוועסטער און ברידער פֿונעם „ליבלינג‟?
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אינעם זשורנאַל Psychology Today (די הײַנטיקע פּסיכאָלאָגיע), האָט די זשורנאַליסטקע סאַראַ עקעל געשריבן וועגן דער פּסיכאָלאָגיע פֿון דעם נישט־זעלטענעם פֿענאָמען, ווען דערוואַקסענע שוועסטער־ברידער הערן אויף צו רעדן איינער מיטן צווייטן. בײַ מײַנע באַקאַנטע, וואָס זענען געזעסן שבֿעה, האָט עס נישט דערפֿירט צו אַן איבעררײַס פֿון די באַציִונגען צווישן די ברידער, אָבער בײַ אַ סך משפּחות איז דאָס אָפֿט מאָל אַ סיבה פֿאַר וואָס די באַציִונגען ווערן טאַקע איבערגעהאַקט.
„צום טייל, איז די עוואָלוציע שולדיק אין דעם,‟ שרײַבט עקעל. „אין דער אמתן זענען שוועסטער און ברידער נאַטירלעכע קאָנקורענטן ווײַל ביידע פֿאַרלאָזן זיך אויף דער ליבע און שוץ פֿון טאַטע־מאַמע, כּדי צו בלײַבן לעבן.‟
„מיט 200 יאָר צוריק איז אַ העלפֿט פֿון אַלע קינדער געשטאָרבן פֿאַר דער צײַט,‟ האָט פֿרענק סאָלאָוויי, אַ פּסיכאָלאָג פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט, דערקלערט. „די אינטענסיווקייט פֿון קינאה־שׂינאה צווישן געשוועסטער לייגט זיך דעריבער אויפֿן שׂכל, אויב די פּרעפֿערענץ פֿאַר אַ געוויסן קינד קאָן באַשטימען, וועלכעס קינד מע ברענגט צום דאָקטער, און וועלכעס — נישט.‟
לויט קאַרל פּילעמער, אַ פּראָפֿעסאָר אין קאָרנעל־אוניווערסיטעט, וואָס האָט שטודירט די טעמע, זאָגן צווישן 66% און 75% מאַמעס אַליין, אַז זיי האָבן אַ באַליבט קינד. ווען דער פֿאַוואָראַטיזם איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, קאָן עס טאַקע דערפֿירן צו דעם, אַז די קינדער, וואָס פֿילן זיך נישט ווי דאָס „באַליבטע‟, וועלן מיטן „ליבלינג‟ מער נישט וועלן האָבן קיין פֿאַרבינדונג.
אָבער אַ מאָל ווערן געשוועסטער איבערגעפֿרעמדט צוליב גאָר אַנדערע סיבות. איין פֿרוי, מיטן נאָמען האָופּ, דערציילט, אַז זי האָט אָפּגעריסן די באַציִונגען מיט איר עלטערער שוועסטער, נאָך יאָרן לאַנג, ווײַל די שוועסטער פֿלעג זי כּסדר באַליידיקן. 14 יאָר לאַנג האָט האָופּ נישט געהאַט קיין שום קאָנטאַקט מיט איר. אָבער דערנאָך האָט זי זיך דערוווּסט, אַז די שוועסטער, וואָס וווינט איצט אין דענווער, שטאַרבט פֿון אַ ראַק. האָופּ איז תּיכּף געפֿאָרן צו איר. „באַלד ווי זי האָט מיך דערזען, האָט זי זיך דערפֿרייט,‟ האָט האָופּ געזאָגט. די עלטערע שוועסטער האָט טאַקע געבעטן מחילה פֿאַר האָבן באַהאַנדלט האָופּ אַזוי שלעכט, און הײַנט רעדן די שוועסטער טעלעפֿאָניש בערך איין מאָל אַ וואָך.
„איך בין צופֿרידן וואָס זי האָט תּשובֿה געטאָן,‟ האָט האָופּ געזאָגט, „אָבער ס׳איז אַ שאָד, ווײַל איצט זאָגן די דאָקטוירים, אַז זי וועט מסתּמא לעבן נישט מער ווי אַ יאָר, און איך קלער איצט וועגן די אַלע געפּטרטע יאָרן.‟
דניאל שאָ, אַ פּסיכאָלאָג אין פּיטסבורג, וואָס פֿאָרשט די באַציִונגען צווישן געשוועסטער, האָט לעצטנס אַרומגערעדט די רעזולטאַטן פֿון זײַן שטודיע אויף דער ראַדיאָ, און איז געווען איבערראַשט וויפֿל מענטשן האָבן טעלעפֿאָנירט צו דער ראַדיאָ־פּראָגראַם, נײַגעריק צו רעדן וועגן זייערע אייגענע אָנגעווייטיקטע באַציִונגען מיט זייער שוועסטער אָדער ברודער. „אַ מאָל געשעט עפּעס אַן אינצידענט, און מע האָט זיך קיין מאָל נישט איבערגעבעטן, און איצט האָבן זיי געקלונגען צו מיר, זאָגנדיק, אַז זיי האָבן 20־30 יאָר נישט גערעדט צווישן זיך, אָדער אַז זיי האָבן לעצטנס באַשלאָסן זיך יאָ איבערצובעטן.‟
אַ טייל מענטשן זאָגן קיינעם נישט, אַז זיי זענען נישט אין פֿאַרבינדונג מיט זייער שוועסטער אָדער ברודער, ווײַל נאָך אַזוי פֿיל יאָרן, איז שווער צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס. „איך האָב תּמיד געזאָגט מענטשן, אַז מײַן ברודער איז אַ סימפּאַטישער מענטש און אַנדערע אַזוינע באָבע־מעשׂיות, אַפֿילו אויב איך האָב איבערגעריסן די באַציִונג מיט אים מיט דרײַ יאָר צוריק,‟ האָט סינטיאַ, אַ גימנאַסטיק־ספּעציאַליסט, געזאָגט. וואָס איז דעמאָלט געשען? אין דער אמתן, זענען זייערע באַציִונגען קיין מאָל נישט געווען אַזוי גוט, אָבער סינטיאַ איז פֿאָרט געווען שאָקירט, ווען זי איז איין מאָל געווען אין פֿליפֿעלד, גרייט אָפּצופֿליִען, און געהערט אַזאַ אָנזאָג פֿון אים אויף איר מאָבילקע: „טאָמער ביסטו נאָך נישט אָפּגעפֿלויגן, האָב איך דיר בלויז געוואָלט זאָגן, אַז איך האָף, אַז דײַן עראָפּלאַן וועט קראַכן.‟
הגם סינטיאַס באַשלוס אויסצושליסן איר ברודער פֿון איר לעבן איז בײַ איר געווען ווי אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן, איז עס פֿאָרט שווער צו ענטפֿערן, ווען מענטשן פֿרעגן זי: „פֿאַר וואָס קענט איר נישט אויסקומען? וואָס מאַכסטו אַזאַ צימעס דערפֿון?‟
אַ מאָל רײַסט מען איבער די באַציִונגען צוליב סתּם אַ מיספֿאַרשטענדעניש. איין פֿרוי אין מאַסאַטשוסעטס, קריסטין, האָט אויפֿגעהערט רעדן מיט איר ברודער אין קאַליפֿאָרניע, נאָך דעם ווי ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען אויף איר טאָכטערס באַפּטיזם — אָבער שפּעטער האָט זי אויסגעפֿונען, אַז ער איז אַנשטאָט דעם געפֿאָרן קיין לאַס־וועגאַס. אָבער דערנאָך, מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט זי, בעת אַ געשעפֿט־רײַזע אין קאַליפֿאָרניע, מסכּים געווען זיך צו טרעפֿן מיט אים. ער האָט איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז פּונקט אין דער צײַט, וואָס זי האָט אים פֿאַרבעטן קיין מאַסאַטשוסעטס, האָט ער געהאַלטן אין מיטן דורכמאַכן די לעצטע סטאַדיע פֿון זײַן גט, און איז געווען צו דערשלאָגן זיך צו זען מיט דער משפּחה.
„איך האָב אין גאַנצן נישט געוווּסט ווי שווער ס׳איז אים דעמאָלט געווען,‟ האָט קריסטין באַמערקט. נאָך דעם האָבן זיי זיך אָפֿט געהאַלטן אין קאָנטאַקט דורך „אינסטאַגראַם‟ און „פֿייסבוק‟. „איך האָב הנאה צו רעדן מיט אים, ווײַל מיר האָבן אַ בשותּפֿותדיקע געשיכטע,‟ האָט זי געזאָגט. „ס׳איז גוט ווען מע קען זיך טיילן מיט די זכרונות מיט עמעצן, וואָס האָט דעם זעלבן קוקווינקל ווי דו.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.