המשך פֿון אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל
נישט פאראן עפעס ערליכער און אידישליכער ווי א היימישער בארד מיט בולט’דיגע פאות ביי די זייטן, ספעציעל די אראפהענגעדיגע. דאס איז דאך דער רעכטער צלם אלוקים. אויפן חסיד, נאך א מקווה, דאכט זיך ווי עס רינט די שכינה אראפ פון אזעלעכע בארד און פאות.
איז אבער די מעשה אז עס איז גארנישט אזוי באשטימט אז די פארצייטישע זענען טאקע געגאנגען מיט א גלאט געשוירענעם קאפ מיט צוויי בא’חן’טע פאות ביי די זייטן, ווי עס איז היינט דער טיפישער צורה פון א חסידישער איד. א סך בילדער פון אפילו פריערדיגע אשכנזישע רבנים צייגן אז זייערע פאות זענען געווען ווי איין גרויסער שוואם (ספאנדזש) צוזאמען מיט א באוואקסענעם קאפ.
אדרבה, איינע פון די טענות פון די ערשטע גאליציאנער חסידים אויף דעם חכם מהר”ץ חיות ז”ל איז געווען אז ער גייט לאנגע צוזאמענגענומענע און געדרייטע פאות. אזעלעכע אראפהענגעדיגע פאות איז אין יענע יארן געווען ווי א טרעפל אריין אין מאדערנקייט.
אז מען קריכט ביזן תנ”ך זעט מען א היפשע צאל בני ישראל מיט לאקן. יוסף הצדיק האט געדרייט זיינע לאקן, שמשון הגיבור מיט זיינע נזירישע האר. פון דעם ווייזט אויס אז א נזירישער אויסזען איז אויך אידישליך געווען. אבשלום מיט זיינע שיינע לאקן איז דאך פארטשעפעט געווארן צום בוים. קיינער זאגט נישט אז ער האט אויסגעזען ווי א נישט־איד. ביי א זאלבונג אדער א טהור פראצעס האט מען מסתמא אויך געגאלט די בארד און פאות, להבדיל, ווי די בודיסטישע מאנאכן.
א חסידישער פאר ברילן אויף א היימיש צלם אלוקים’דיגער פנים איז פשוט א שלימות. אפילו משה רבינו קען אזא איינעם’ס כשרות געטרויען אן שום פראגן.
נו, און וויאזוי זעט אויס א חסידישע פאר ברילן? פאראן די לייכטערע, די מיט א מילדער גרויער פלאסטיק קאליר, אדער טיילווייז מעטאליש, און פאראן די שווערערע, דאס ריכטיגע, דאס וואס דער פסוק מיינט, די ראם כל כולו פון דיקן טונקעלן פלאסטיק, די הענטלעך און איבערהויפט די איבערדעקן פון די ראמען שטארק שווארצליך, ווי כאילו שטרענגע אויגן־ברעמען, ספעציעל שארף און פארכטיג איז עס ווען עס איז רעכטעגליך ווי ביים סאטמארן, וואס גיט דעם רושם ווי א שארפער דורכדרינגליכער בליק.
אט אזעלעכע ברילן פארט זיך אמבעסטן פאר אן אמת’ן חסיד פון די חסידי ואנשי מעשה. עס ווארפט אן א מורא שמיים, און אויפן צדיקס געזיכט גיט אזא פאר ברילן צו אן עקסטרע קדושה און פארכטיקייט, מען זעט עס בחוש. איר דארפט נאר זען וויאזוי א הייליגער דרשה קעגן די פירצות פונעם דור באנעמט מיט אזא פאר ברילן, אויגן פון אונטער אזעלעכע ברילן שרייען ארויס, מי לשם אלי, בלויז דער איין איינציגער איז אויפן זינען.
איז אבער איבעריג מאריך צו זיין אז דער הייליגער בריל זענען נישט קיין מדור דור לבוש. ווי אלט איז דען ברילן בכלל?! ווי אלט איז דען פלאסטיק?! אזויפיל מוז מען זיך מודה זיין — דער טונקעלער קאליר איז אממערסטנס ענליך צו די עלטסטע ארגינעלסטע ברילן מיט ארום זיבן הונדערט יאר צוריק ווען די ראמען פלעגן געמאכט ווערן פון האלץ אדער לעדער, הגם מיט א רונדיגן פארעם. נאר וואס, די ברילן אין כמעט אלע בילדער אויף פארצייטישע צדיקים, חסידים, און רבנים, פארמאגן נישט דעם שווערן שטרענגן און שווארצן אויסזען, און אוודאי נישט מיט דעם רעכטעגליכן פארעם. דאכט זיך אז בלויז אויף רביים פון נאכן חורבן קען מען דאס זען, ווי דער סאטמארער רבי, ר’ יואליש; דער גערער רבי, דער לב שמחה און דער סקולענער רבי ר’ אליעזר זוסיא אין זיינע לעצטע יארן.
עס איז קלאר אז דער פארכטיגער בריל איז נישט עפעס אנדערש נאר דער מאדע פון דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, אז די גאסישע מאדע איז אבער צוריקגעגאנגען צו גאלדליכע ברילן. איז דער שווארצער געבליבן דער אלטמאדישער, און מיט דער צייט, דער פארפרומטער, גאר דער סימבאל פון אומגעפוצטקייט, פונעם „אנטי־מאדע‟ באוועגונג, נישט נאכגעשלעפט צו ווערן פון גאסישע מאדעס. עס איז כאילו א כניאקישער חותם, וואס זאל הרג’נען דעם יצר, צוזאמען מיט די איבעריגע כניאקישע טראגעס — על כל פנים ביז לעצטנס ווען שווארץ איז צוריק אין די מאדע.
אצינד צו דער שבתדיגער גלאנציגער קאפאטע, די חשובע בעקעשע. קודם כל דער גלאטער פארן דאווענען, איי ווי שבתדיג! ווי פרייטיג צונאכטסעדיג! און זיין פארל — די געבלימטע בעקעשע צום טיש. דער שווארצער פארן באלעבאס און דער פארביגער אדער גאר ווייסער פארן צדיק, דער מיט קנאפן און א קראגן ווי די היינטיגע מאדע און דער מיט העקעלעך און סאמעט ווי פון דער אמאליגער פרינץ. אלס אויבערראק צו דער בעקעשע טראגט דער חסיד, אפילו צום דאווענען, דער רעזשעוואלקע, אן קעשענעס מיט באהאלטענע קנעפ, א כמו מאנטל.
די מאה שערים׳דיגע בעקעשע איז דער גאלדענער געשטרייפטער קאפטן, דערמאנט א ביסל אינעם קאליר פון א זשיראף; און דער אויבערראק איז דער ברוינליכער דזשופיצע.
קודם כל דארף מען וויסן אז די נעמען פון אט די קאפאטעס זענען פוילישע אדער טערקישע, למשל דאס ווארט בעקישע, כאטש וואס טייל חסידים וועלן עס פארבינדן מיטן ווארט „בקשה‟, שטאמט עס פאקטיש פונעם פוילישן Bekiesza. דאס ווארט „כאלאט‟ איז פונעם אראבישן „כילאט‟, אריין צו אונז דורך דער פוילישער שפראך; דער ירושלימער דזשיפיצע פונעם פוילישן Żupica (אויך לכתחילה פון אראביש); און דער קאפטן פון טערקישן qaftan. משמע פון דעם אז זיי זענען ביים אנהייב נישט געווען קיין אידישע קליידונג. אלע זענען לחתחילה געווען די מלבושים פון די עליטע אין די פוילישע און אטאמאנישע אימפעריעס וואו די אידן, אשכנזים און ספרדים, האבן געוואוינט.
א שבת’דיגע קאפאטע דארף, לויט די מסורה, געמאכט ווערן פון זייד, משי. אפשר וואלטן חסידים הנאה געהאט פון אזוינע ראשי־תיבות פאר „משי‟: מ’לבוש ש’בת י’תפאר. דאכט זיך אז נאך סאמעט איז משי, זייד, די הייליגסטע סחורה ביי חסידים. אן אומזיידענער אומגלאנציגער בגד אום שבת שפירט זיך פאר א שטריימל חסיד כמעט ווי מוקצה, גיי זיי מקבל שבת מיטן א טרוקענער מאטער גלימה, א יענץ פנים, א שטעכיגער גרויער ראק פאר די אויגן, וואלט פארוואכעדיגט, אפילו צעשטערט, א חסיד דעם שבת.
דער רבי’ש קינד באזיידיגט זיך אויך מיטן פארצייטישער שפענצער, וועסט, און מיט דער גלאנציגער געשטרייפטער ריפס, א פשרה’דיגע קאפאטע צווישן שבת’דיג און וואכעדיג. און גראדע איז אויך דער גערער קאפל זיידיק, ווייסט אויס אז זיי בעפארצוגן זייד איבער סאמעט, דא, אלץ א קאפל, גיט אבער דער גלאנץ, א פראסטער וואכעדיגער איינדרוק כלפי דעם פרוכתדיגן סאמעטענעם.
אין תנ”ך געפינט מען צופעליג איינמאל דערמאנט א בגד פון „משי‟, מסתמt איז דאס זייד, אין דעם ספר יחזקאל, פון די שפעטערע נביאים, ווי א משל פאר גלאררייכע צייטן וועלעכע קומען צו גיין פאר ישראל. פיל פריער, אין די ערשטע פרשיות פון די תורה טייטשט דער רבי אויף די „כתונת פסים‟ פון יוסף הצדיק, א זיידענער העמדל. רוב מפרשים, איבערהויפט רש”י, האלטן אבער נישט אזוי. יעדנפאלס איז דאך דער כתונת פסים באשיינפערליך א לוקסוסדיק קליידל, און עס איז ידוע אז זייד איז ערשט געווארן א פארשפרייטער שטאף ביים פאלק מחוץ כינע מיט ארום טויזנט יאר צוריק דורך די ווענעציאנער.
גראדע זעט מען אין פריערדיגע ספרים געוויסע מוסר רייד קעגן די וואס קליידן זיך אין זיידן, היתכן זיך צו באשיינען מיט אזא מייעסטעטישער מלבוש. עס ברענגט גאווה, און וואס פארא נארישע גאווה — זיך גרויסן מיט א ווארעם’ס פעדימער (זייד קומט דאך פון א ווארעם.). האבן שפעטער חסידים אן אויסרייד: אדרבה, עס ברענגט ענווה, עס דערמאנט דעם מענטשן אז ער גייט אין דרערד אין אן
ארט פון קריכעדיגע ווערים. א זיידן מלבוש דערמאנט דעם ווערעמדיגן קבר ווי מען גייט נאך די הונדערט אין צוואנציג. דאכט זיך אבער
אז דאס איז א גאר שוואכער דערמאנונג.
דער רבישער טיליפ, די פעלץ וואס שטארט ארויס ביים קראגן פונעם רעזשעוואלקע, דערמאנט גראדע עפעס תנ”ך’ליך, נביאים’דיג, דאס איז דער אדרת שער, א האריגער מאנטל, א סימבאלישער לבוש ביי טייל פון די נביאים, ווי למשל אליהו הנביא. אפילו פאלשע נביאים, אז זיי האבן געוואלט מאכן א צדיקישן איינדרוק האבן זיי זיך געוויקלט אין אן אדרת שער, קען זיין פון דאנען נעמט זיך דער שפאסווארט „א צדיק אין פעלץ‟.
מפרשים נעמען אן אז דער אדרת שער איז געווען פון שאפן-פעלץ. אזא בגד טראגט דאך היינט אבער א פנים פון א פאסטיך מיטן פייפל, איבערהויפט אז עס איז ראהמיג-ווייסליך ווי רוב שאפן-וואל, איז דען א רבי א חיות פאנגער אז ער זאל טראגן ציגן-האר אדער געקרייזלטע צמר כבשים אויף זיינע לענדן?! א רבי טראגט א ברוין גאלדליכע פוטער, געמאכט פון סיבירישן סויבל ווי עס פלעגן טראגן די פוילישע גראפן.
א ברוין גאלדליכרע פוטער, אויב דערמאנט עס עפעס גאר אלט איז עס קאמעל־פעלץ וואס מען געפונט איראניש ביי די ערשטע העלדן פון קריסטנטום און איסלאם, יאהאנוס דער טויפער (יוחנן המטביל), יאשקעס מבשר, און ווי אויך עומר דער גרינדער פון די מוסלעמענער כאליפאט, זענען פערצופאל ביידע, לויט ווי זייעריגע מקורים דערציילן, געגאנגען אין קאמעל פעלץ.
דער צדיק ר’ דוד’ל פון דינוב האט אלס קינד געזאגט חכמה’לעך ווי, למשל: פון וואנעט ווייסט מען אז יעקב אבינו איז קיין שניפסל נישט געגאנגען? ווייל אויב יא, וואלט אים רבקה נישט געדארפט לייגן קיין ציגן האר ביים האלז. איז דאס נאר א קל וחומר אז אויך קיין טיליפ, דער אדרת שער, איז יעקב נישט געגאנגען, און אודאי נישט א באבאווער טיליפ מיט האר ביי די ארבל. ווען יא וואלט יעקב דעם טיליפ געקענט אנטון.
וואס טוט זיך מיט די בלימעלעך אויף די טיש בעקישעס? די חכמה פון שטיקען איז טאקע אן אלטער, אין לשון הפסוק הייסט עס „מעשה רוקם‟, ביי די בגדי כהונה. די תורה הייסט דעם כהן’ס אבנט שטיקקען. דער יוסיפוס זאגט עדות פון בית שני אז דער אבנט איז געווען אויסגענייט מיט פארביגע בלימעלעך. נו, זענען היינט די בעקעשעס געבלימט, און נישט די גארטלען ווי אין תנ”ך.
דער באוואוסטער ספרדישער משורר ר’ משה אבן עזרא מיט בערך 900 יאר צוריק האט א שיין לידעלע איבער א פרילינג גארטן, רופט ער דעם בליענדן גארטן אן „כתנות פסים‟, ווי כאילו דער גארטן האט זיך אנגעקליידט מיט א שיין געבלימטער כאלאט. אפנים, אין זיינע צייטן איז שוין א געבלימטער בגד געווען באקאנט. פארשטייט זיך לאנג נאך די צייטן פון די חכמים.
יעדער סארט קאפאטע, געוויס א לאנגער, גלאנציג צו מאט, איז א טייל פון וואס עס מאכט דעם חסיד אויסזען ווי א חסיד. איז אבער די פרומסטער קאפאטע, אפילו די אן קנעפ, אן שטרייפן, אן גלייכע קעשענעס, אן א קראגן, היינט גענייט לויט א מאדערנער געפאסטער אנצוג מאדעל. וועט א חסיד היינט זיך ארומוויקלען מיט א לאנגער גלימה, א לאנגן ראק, ביז צו די פאדעשוועס, וועט ער דאך באטראכט ווערן ווי א בעדואינער, אדער ווי א איד פון אונטער די חושך בערג. אנדערע וועלן אים גאר מוסרן — פארן טראגן א בגד אישה.