די אמעריקאנער וואס קענען נישט קיין אידיש, אז זיי ווערן אין כעס מוזן זיי נעבעך איבערניצן די זעלבע פאר ווערטער, און דוקא די געמיינסטע. דאס איז דער פרייז פון נישט קענען קיין אידיש.
אזוי איז עס, אין אידיש איז א „שנעלקע אין דער נאז‟ אדער „שיס אין די ציין‟ גענוג כעס’יג אראפצולאדענען די ברויזנדע געפילן. זיי זענען אלע זאפטיג, קאלירפול, און שוין איינמאל ווירקזאם.
איך האב מיך לעצטנס געאייסרט, באקלאגט, צו א פראנצויז, אז איך קען נישט קיין פראנצויזיש, זאגט מיר יענער: ווען דו זאלסט פארשטיין די שפראך וואלטסטו נישט אזוי אנטציגט געווארן דערפון, די קללות דארטן זענען אך און וויי…
אז איך פארשטיי נישט קיין פראנצויזיש קען איך אים נישט פארגלייכן מיט אידיש. איך גלייב אבער אז אידישע קללות כאטש זיי האבן טאקע א געוויסע איידלקייט, אבער אוי רבונו של עולם, גענוג אויף צו פארשווארצן יענעמס פנים, יענעם צו מאכן שפירן ווי אן אפגעלאזענער באשעפעניש. נישט אומזיסט זאגט דער פסוק: הקול קול יעקב, יעקב טויג זיך מיטן קול גלייך ווי עשיו טויג זיך מיטן שווערד…
איז צייט דורכצוגיין א טיילווייזע ליסטע, חזר’ט זיך זיי איין, אויב קענט איר זיי נאכנישט, אין צייט פון געברויך, זיי זענען גוט סיי יענעם צו באוואשן און סיי צו ברוזשען צי זיך צווישן די ציין, עס וועט אייך בעסער מאכן אויפן הארצן:
דעה־זאגער: שמענדריק, וויכטיג מאכער, שמויגער, צולייגער, ראצער, צוציק.
בעל גאוה: פארעך, שטינקער, שטינקט פון גאות, ר”ר צאץ.
אפגעפארענער: מסית ומדיח, משומד, עוכר ישראל, טרייפניאק, רחמנא ליצלן.
גאסן יונג: יונגאטש, ליידאק, פיסטאק, שטריק, ביק, לאבעס, לעפאק.
זינדיגער: מנווול, נידרגער יונג, געמיינער יונג, טמא’ער יונג, שייגעץ, מטונף, שמוציאן, קליפה.
פאר פרויען: שיקסע, אויסגעלאסענע, אויסווארף.
שטאטוס קריטיקער: אויבער חכם, פורץ גדר, פאסקודנאק, אפיקורוס
קארגער: קארגער חזיר, אנגעשטאפטער, אנגעפרעסענער, זיצט אויפן געלט, ווארמט די געלט, קמצן.
פוילער: ברייטער פריץ, פוילער שטריק, שימלט אפ, רירט זיך נישט ווי די יאר איז, א יאר מיט א מיטוואך, אלעס קומט אים, ווארמט די בענקל, פארשלעפטער קרענק.
ליגנער און שווינדלער: שקרן, בלאפער, דריי קאפ, חוש’ער, גנב, גזלן, באנדיט, כאלערע, פארברעכער.
ווילדער, כעס’ן: ווילדער צאפ, חיה רעה, משוגענער, קוקוריקו, נערוועזער קאץ, אויפגערעגטער פריץ, אנגעבלאזענער, צושפילטער.
שטומפיגער קאפ: בהמה גסא, וויסטער שוטה, שוטה משוטה, טיפש מרחם, פיסטער עם הארץ, פערד’ס קאפ, טשייניק האקער, חמור, אקס, וואסער מעלאנע.
נודנע כאראקטער: קראנקער זכר, קרים קאפ, קאפויער, מוכה שחין, אפגעפליקטער, אפגעריסענער, צופראסקעטער (אין לאנדאן).
א מיטשיאק. נודניק, פגע רע, נאסער פגע, קלעבעדיגס.
אומסימפאטישער: דרעדלינגער, געמיינער יונג, כף למד בית, הונט, שלאנג, עקלהאפטיגער בריאה, דערגייט די יארן.
פאר פרויען: יענס בחור’טע, קלבטע, שלאקטע, שלעכטצל.
טשעפנאק: א מיאוסער פיסק, א לויזער צונג, א שטיק גוטס, גיפטיגס.
בעל רכילות: פלעפקערער, יאכנע, יענטע, פאטשקעט, דרייט א קאשע.
און דא איז נאך א פאר פאר טאשן געלט, סתם צו זאגן ווען מען זיצט אין טרעפיק אדער נאכן ווערן פארשעמט:
פאר א גוט יאר, צו אלדע גוטע יאר, פאר א שווארץ יאר, א בראך אים אין די גאל אריין, א מיתה משונה, ימח שמו וזכרו. א געשעפט האב איך, איך האב אים פארפאקט, גיי צו די רוחות, פארכאפט זאל ער ווערן, זאל ער זיך הענגען אויף א צוקער שטריק.