איך האב געלייענט וואס מיין חשובער קאלעגע, ר׳ זלמן חסיד, האט געשריבן פארגאנגענע וואך, איבער די הכנסת אורחים ביי די חסידים. ר’ זלמן מאלט אפ א הערליך בילד וויאזוי חסידים מיט ווארימע אידישע הערצער עפענען א טיר פאר געסט, ווער עס פארמאגט נאר א גרויס הויז האט א פלאץ פאר אורחים. אן אורח ווערט אויפגענומען מיטן שענסטן און בעסטן. די נשים צדקניות זענען די וואס פארשטייען אממערסטנס די געסט, און ספעציעל די ווייבערישע געסט, זיי גרייטן צו כסא מיטה שולחן, ציכטיג, היימליך, מיט א שבת לאמפ, קיכעלעך, און כל מיני קרימען, און אלעס וואס מאכט א גאסט שפירן גוט.
דער שרייבער, ר׳ זלמן, ווייזט אויף דער שטארקייט פון די חסידישע הכנסת אורחים פונעם פאקט אז אזעלעכע חסידישער געגנטער ווי אין ברוקלין אדער אפסטייט פארמאגן קוים האטעלן, טראץ די פילע געסט וואס קומען וואך איין וואך אויס. דאס צייגט אז ביי חסידים ברויך מען נישט קיין האטעלן, נאר מען קען איינשטיין אימזינסט וואו אימער ביד רחבה. אויכעט קען א פרעמדער ליטווישער בחור זיך איינלאדן אויף שבת, א חסיד קוקט נישט אויף ווער און ווען, אז מען קלאפט זיין טיר נעמט ער אריין. און די נשים צודקניות, די לויטערע תמימותדיגע אידענעס, ווי ווייט איז זייער ליבע צו הכנסת אורחים, זיי פארמעסטן זיך גאר ווער עס קען זיין א בעסערער גאסטגעבערין.
איך אליין אלס חסיד קען מעיד זיין אויף די הערליכע הכנסת אורחים ביי חסידים, בעיקר אין אמעריקע. אן עקרת הבית וועט קיין גאסט נישט אריין נעמען אן א טעלער מיט גרין’ס קיפעלעך, א פאפולער מין ראגעלעך בײ די חסידים אין ניו־יארק, אדער עסטרייכער קיכעלעך, צוגעגרייט ביים ציכטיגן טישל אינעם גאסט שטוב. און א פלאש קאלטע מאראנצן־זאפט (אראנדזש דזשוס) אויף דער זייט. זאל דער גאסט זיין א פשוטער איד אדער אידענע, אפילו א וואנדערדיגער, אין א חסידישער גאסט שטוב שפירט ער זיך ווי א קייסער, כמים קרים על נפש עייפה. ערב שבת פארן זמן קלאפט איינע פון די ציכטיגע קינדער ביים טיר מיט א פילן טעלער טועמיה, פרישע קוגל און פערפל און אנדערע שבתדיגע געריכטן וואס מע טיילט אויס ביי חסידישע היימען פאר ליכט בענטשן.
מען קען זאגן אז דער גאסט אויפנאמע סטאנדארט גייט אזוי ווייט, אז טאמער האט די באלעבאסטע נישט די מעגליכקייט דאס צוצושטעלן “ווי עס פאסט” וועט זי האבן שוועריקייטן מיטן אויפנעמען דעם גאסט. אזוי אבער איז דער חסידישער הכנסת אורחים הפלא ופלא.
איך וויל אבער אביסל פאררעכטן און שטעלן אויפן פלאץ טייל פון ר׳ זלמן’ס שטעלונגען כלפי חסידישע הכנסת אורחים.
קודם כל איז דער סטאנדארט פון וואס ער רעדט בעיקר אין אמעריקע, און טאקע בעיקר אין אפסטייט. מען קען אפשר אויכעט צולייגן אנטווערפן אויף אביסל אן אנדער אופן (די דירות דארטן זענען מערסטנס גרויס). אין ארץ ישראל און אפילו ענגלאנד איז דער הכנסת אורחים קולטור געווענדליך נישט מיטן זעלבן רחבות. עס איז אבער אינטרעסאנט אז ביי די מער קנאישע אדער כניאקישע קרייזן וועט מען בדרך כלל זען א גרעסערער וואכזאמקייט און ברייטקייט אין דעם ענין פון הכנסת אורחים ווי ביי די איבעריגע חסידישע קרייזן, גלייך ווי דער ענין פון צדקה, כאטש עס פעלן נישט קיין הערליכע הכנסת אורחים ביי אנדערע חסידים.
צווייטנס, הכנסת אורחים אויף שבת איז אן אלוועלטליכע אידישע זאך, נישט עקסקלוסיוו צו דער חסידישער געמיינדע. דאס זעט מען ביי ליטוואקעס נישט ווייניגער ווי ביי גערער חסידים. דאס זעלבע ביי מאדערן ארטעדאקס אדער כל מיני ספרדים למינהם. אין כמעט יעדער שיל אין די וועלט, אז עס קומט אריין א פרעמדער איד צום דאווענען פרייטאג צונאכטס, וועט דער רב אדער גבאי אים איינלאדן אדער פארזארגן א פלאץ פאר א שבת סעודה. טאמער רופט מען פריער וועט יעדער טרעפן א מקום פאר שבת סיי צו עסן סיי צו שלאפן. דאס איז ביי כמעט אלע אידן בלי יוצא מן הכלל. רוב אידן פרייען זיך אויפצונעמען א שבת גאסט.
אפילו האבן א גאסט וואס נייטיגט זיך אין אן אכסניה פאר א וויילע איז זייער נפוץ בתפוצות, לאוו דווקא ביי חסידים, און אפילו לאוו דווקא ביי ארטאדאקסן. דאס אידיש הארץ, צי איז דאס א פרומער צי איז דאס א פרייער, איז איינגעפלאנצט מיט א געפיל פאר הכנסת אורחים, און אוודאי — ווען דער גאסט איז א איד. און ווער רעדט אז דאס איז א באקאנטער, פאר א באקאנטן וועט דאך יעדער ארענטליכער מענטש אפילו ביי אנדערע עטנא-רעליגיעזע גרופעס זיך קימערן. אן אייגענעם וועט מען באזארגן.
אבער לאמיר צונעמען דער מהות און די באדינגונגען פון די גלארייכער חסידישער הכנסת אורחים. לאמיר מאכן סדר אין דעם ענין.
אנטשולדיגט פארן גיין אזוי דירעקט, איך גיי נישט דא אוועקנעמען די קרעדיט וואס קומט די ווארימע גאסטגעבערינס, אבער לאמיר ברענגען דעם נושא צו א ריכטיגער גלייכגעוויכט. דער קלאסישער הכנסת אורחים ביי חסידים איז נישט דער סארט הכנסת אורחים פאר היימלאזע אידן אדער קרעציגע אורחי פורחי שלעפערס פון ווייס איך וואו. אודאי זענען אלס דא גוטע אידן וואס האבן שטענדיג אן אפענער טיר פאר יעדן, דאס איז אבער נישט די סטאנדארט. א געווענדליכער היימישער הכנסת אורחים איז דער סארט שבת הכנסת אורחים, וואס ווי געזאגט איז עס נפוץ ביי אלע אידן אין דער וועלט.
א צווייטער סארט הכנסת אורחים איז ביי משפחה שמחות אדער ביים עולה רגל זיין צום רבי’ן. מע בעט ביי די שכנים אריינצונעמען זייערע געסט — אדער די קרובים און באקאנטע לאַדן זיך אליין איין. דאס איז בעיקר אן אויסטויש, היינט קומט א משפחה צו מיר בחינם; קומענדיגער מאל גייען מיר אומזינסט צו יענעם, אזוי ארבעט עס אין דער סיסטעם.
א דריטער הכנסת אורחים איז משפחה באזוכן. חסידים נעמען געווענדליך אויף משפחה ביד רחבה.
דער פערטער סארט הכנסת אורחים איז פאר באדערפטיקע, אידן און אידענעס וואס קומען לצרכי רפואה, ווייל זיי זענען קראנק און קומען זיך היילן ביי א געוויסן שפיטאל. דאס פאסירט דורך די ארגאניזירונג פון וואוילטעטיגע עסקנים און עסקנות. עמיצער א כלל טוער דרייט אן א שטיקל ווינט פון הכנסת אורחים פאר פאציענטן געסט, און די נשים צדקניות ווערן שנעל נתעורר, טוען א „מצוה‟, גלייך ווי זיי האבן אינזין א נאמען ביים חלה נעמען צוליב אן עסקנותטע. אויכעט איז דא אן אפענע טיר פאר בעלי און בעלת תשובות, צו א ווארימער היימישער לעכטיגער אידישער היים (כל זמן יענער קלערט נישט זיך משדך צו זיין מיט אונז…) און אמאל אויך פאר א ישיבה בחור אדער סעמינאר מיידל.
פאר געסט פון ארץ ישראל, די משולחים, וועלעכע קומען קלייבן געלט איז נאך דערווייל נישטא די עסקנות, די סארט געסט וועלן דערווייל נישט געניסן פון אן אכסניה מיט גרין’ס קיפעלעך, זיי וועלן מוזן שלאפן אינעם הקדש פונעם גוטיטשקער פון שטעטל
לאמיר מסביר זיין די סיבה פארוואס עס זענען נישטא קיין גרויסע האטעלן אין חסידישע געגנטן. עס קומען דאך נישט דארטן סתם פרעמדע באזוכער. בארא פארק אדער וויליאמסבורג פארמאגן נישט קיין „אייפל טורעם‟ ווי פאריז אדער די „ראקי בערג‟. יעדער וואס קומט איז דא פאר א משפחה שמחה, שטאפיר איינקויפונג — איינקויפֿן שטאף, קליידונג און איינריכטונגען פאר חתן כלה, אדער עולה לרגל זיין. אייגענע קומען צו אייגענע. אן אויסטויש. אנדערש ווי אנדערע געגנטן וואו מענטשן קומען באזיכן די גרויסע שטאט. א פרעמדער ערל גייט דא נישט קומען און אז יא וועט ער נישט טרעפן אן אכסניה מיט עסטרייכער קיכעלעך.
דער גאסטגעביגקייט אפילו פאר פרומע אידן האט אבער אויך גבולים. אויף צו געניסן פון דעם וואונדערלעכן הכנסת אורחים דארף מען פארמאגן אייגענעם שטח גלייך ווי דער אמעריקאנער געזעץ לויטעט איבער מעקסיקאנער באזוכער. קומט אן א אידל און זאגט ער האט נישט קיין היים אין דער וועלט, וועלן א פאר גוטהארציגע אידן דארפן זוכן א מקום ביי א פאר גוטיטשקעס, און דאן נאך א וואך אדער חודש צוויי, טאמער האט ער נאך נישט געטראפן דעם וועג ארויס וועט מען אים מיט שיינעם מרמז זיין אז עס איז צייט צו זוכן ארבעט מיט אן אייגענער וואוינונג. אינצווישן וועט די עקרת הבית אויסדברנען צו אלע אירע טעלעפאן שמועסערקעס איבער דעם גאסט וואס איז „נאך אלץ דא‟.
א סך חסידים וועלעכע פארמאגן גרויסע טעכטער אדער יונגע בחורים און יונגלעך, וועלן מחמת עניני צניעות מקפיד זיין נישט ארייננעמען פרעמדע מענער אין שטוב צום איבערנעכטיגן.
לאמיר אבער זיך האלטן מיטן פאזיטיוון איינדרוק אויפן חסידישן פאלק. חסידישער הכנסת אורחים איז פארט שיין.