אין בארא־פארק און וויליאַמסבורג זענען דא ווייניק האטעלן ווײל — ווי עס פירט זיך ביי יידן — זענען חסידים אפט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים, פון ארייננעמען א גאסט אין שטוב. היינטיגע צייטן ווען אלעס אין דער וועלט האט זיך געביטן, האט זיך אבער די מצוה אויך געביטן, און ביי חסידים אויך.
אמאליגע צייטן ווען יידן זענען געפארן מיט פערד און וואגן פון איין שטאט צו דער אנדערער, פון איין שטעטל צו די אנדערע, אדער ווען סתם וואנדערער זענען געפארן אן קיין שום ציל, איז מען איינגעשטאנען אין א קרעטשמע.
גלייך ווען א ייד איז אנגעקומען אין א קרעטשמע איז ער געווען א באהאלפענער! די פרוי, די עקרת הבית, די טעכטער און זין, זענען אלע געווארן איינגעשפאנט אין די מצוה פון הכנסת אורחים. מען האט אויפגענומען דעם ייד מיט צוויי רעכטע הענט, אים זאפארט געגעבן א ווארימע טיי און א געלעגער וואו צו שלאפן. האט ער געהאט געלט האט מען אים געגעבן א בכבוד׳דיגע שטוב, און אז נישט — איז ער געשלאפען בײם אויוון, ווי עס איז כאטש געווען ווארים און היימיש.
אגב: לויט דער מסורה ווערט דערמאנט אז פרויען טוען די מצוה מער ווי מענער. מיר געפינען אין תנ״ך [ספר מלכים], אז ווען אלישע הנביא איז איינגעשטאנען ביי א חשובע פרוי, האט די פרוי געזאגט פאר איר מאן: „הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עובר עלינו תמיד‟, איך דערקען וואס פאר א הייליגער מאן איז ער דער נביא „אלישע‟. גיט די גמרא צו פארשטיין: ״מכאן שהאשה מכרת באורחים יותר מן האיש״, א פרוי האט א בעסערן חוש צו דערקענען וואס פאר א סארט גאסט איז ער, מער פון א מאן. זי כאפט גלייך אויף צי איז דער גאסט אן ערליכער מאן, אדער נישט.
די גמרא פארציילט אויך, אז די ווייב פון דעם גרויסן תנא ״מר עוקבא״ האט געהאט מער זכותים ווי איר מאן. פארוואס? האט זי אליין געגעבן צו פארשטיין איר מאן: „ווייל איך בין אין שטוב און איך גרייט אן און גיב גלייך עסן פארן גאסט!‟
גיט א טראכט: צענדליגער טויזענטער חסידים פון דער גאנצער וועלט פארן צו גאסט אין דער גרויסער „יידישער‟ ניו יארק אויף שמחות, פאר ביזנעס, באזוכן די משפחה, אדער סתם זיך אומקוקען. די דרייצנטע עוועניו אין בארא פארק איז די גרעסטע טוריסטן־פלאץ פאר פרומע געסט פון אויסלאנד, און ווערט אפילו גערופען ביי חסידים: ירושלים דאמעריקא. מיט דעם אלעם עקסזיסטירן דארט אבער בלויז צוויי קליינע האטעלן! און בדרל־כלל שטייען דארט איין בלויז יענע מענטשן וואס ווילן נישט איינשטיין ביי אנדערע, עס איז זיי ליבערשט צו זיין אליין.
דאס זעלבע אין וויליאמסבורג וואו עס זענען אויך דא בלויז צוויי קליינע האטעלן, און אין מאנסי, מאנרא, זענען בכלל נישטא קיין יידישע האטעלן. פארוואס איז דאס? ווייל אלע יידישע טירן זענען אויפן פאר יעדן ייד און זענען אומזיסט.
אין דער חסידישער מאנסי, קרית יואל, זענען דא שיינע גרויסע הייזער, איז נישט קיין חידוש אז מען וועט ארייננעמען א גאסט. מענטשן האבן ספעציעלע צימערן אין קעלער און אויפן ערשטן שטאק כדי אנדערע זאלן דארט קענען איינשטיין אומזיסט.
עס איז געווארן אן אינטערסאנטע מנהג אין די לעצטע יארן, אז ליטווישע בחורים פון לייקוואוד, ניו דזשערסי, קומען צו פארן אויף א שבת אין מאנסי און אין מאנרא, זען וויאזוי חסידישע רביים און חסידישע יידן פראווען א שבת, א יום טוב. קומען זיי א גאנצע גרופע פון צען אדער צוואנציג בחורים. האב איך געפרעגט איינעם פון זיי, ווי אזוי געפינט איר א יידישע משפחה וואס זאל אייך אויפנעמען אויף שבת? זאגן זיי מיר: „מיר האבן נישט קיין אדרעסן. מיר בלעטערן פשוט דורך דעם טעלעפאן בוך פון יידישן מאנסי — מאנרא. מיר קלייבן אויס עטלעכע נומערן, קלונגען אן און פרעגן, קען איך איינשטיין ביי אייך?‟ מען מאכט פאר זיי אויף די טויערן, מען גרייט זיי צו א שטוב פון אלעם גוטן, צו עסן און שלאפן באקוועם.
אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק איז א נאטירלעכע זאך, אז פארמעגליכע מענטשן וואס בויען זיך א הויז, וועלן אויך צוגרייטן א הכנסת אורחים שטוב. עס איז ספעציעל געגרייט פאר א גאסט אויף א הויכן ניווא, מיט אלע בעקוועמליכקייט וואס א מענטש קען נאר חלום׳ן ווייל חסידישע פרויען נעמען אין באטראכט אלץ וואס א גאסט דארף האבן, מיט מאדערנע מעבל, און אלעס וואס מען דארף, ווי: עסן, טרינקען, קאווע, קוכן, צוויי ליכט לכבוד שבת, א שבת לעמפעל אין שלאפצימער, אפילו א בעכער וויין, הבדלה-געצײג, אן אייגענעם בית הכסא, אלע סארט שמירעכצן און זאלבען, זייפן און שאמפוען. עס זענען דא ערטער וואו ס׳איז ממש דא א קאנקורענץ צווישן די פרויען ווער עס קען בעסער צוגרייטן!
נו, זאָג מיר: מי כמוך ישראל — ווער איז געגליכן צום יידישן פאלק?