אין מיין פריערדיגן ארטיקל (אונטערן קעפל „האט די דרויסנדיקע וועלט וואס צו פארקויפן פאר אונז?“) האב איך רעאגירט צו אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין, וואו דער מחבר האט מיך אנגעבליך באשולדיגט אין „זוכן אן ערזאץ“ צו אידישקייט אין פרעמדע מקורות. אין מיין ענטפער צו הרב לאבין האב איך אויסגעדריקט מיין וואונדער פון וואנעט הרב לאבין האט אפירגעקראצט אזא באשולדיגונג אויף מיר, ווען ס’איז נישטא דערצו אפילו א רמז אין מיינע ווערטער. אינצווישן איז געקומען אן ארטיקל פון אן אנדערן שרייבער, וו. וו., וואס האט נאכאמאל איבערגעזאגט בערך דאס זעלבע וואס הרב לאבין.
וואס שייך דער עיקר פראגע, צי תורה איז א סתירה מיט וועלטליכקייט, איז דער שרייבער וו. וו., ווייזט אויס, צעמישט אין דעם. לכתחילה הייבט ער אן דעם ארטיקל מיט דער הנחה אז ווער ס’געפינט א געשמאק אין דרויסנדיגע מקורות, הייסט דאס ממילא אז ער איז נישט אינטערעסירט אין תורה. אזוי באקומט זיך פון דעם וואס ער שרייבט: „די ענטוזיאסטישע דראנג נאך פאעזיע, די ענערגישע געלויף נאך וויסנשאפט און לערע, איז נאר די רויך־פארשטעלונג פאר דער ריכטיגער אונטערלאגע [נעמליך, א רייץ צו ווערן באפרייט פונעם עול תורה — ווי ער ערקלערט דארט ווייטער].“
אבער צום סוף ענדיגט דער שרייבער זיין ארטיקל: „טראכט אליין אריין, איז דען וויסנשאפט באמת א סתירה מיט אידישקייט? מוז מען אראפווארפן דעם עול פון דער תורה צו פארשטיין וועלטליכע זאכן? צו פארשטיין די געוואלדיגע וואונדער פון דער בריאה אדער שיינקייט פון פאעזיע?“ דער שרייבער ברענגט הרב אביגדור מילער אלס ביישפיל פון א תורה׳דיגן גדול וואס האט געשעצט וועלטליכע זאכן. אפגעזען פון דעם צי דער ביישפיל וואס דער שרייבער ברענגט איז ריכטיג אדער נישט, זעט עס בכל אופן אויס ווי דער שרייבער איז ענדליך מסכים אז וועלטליכע זאכן איז נישט קיין סתירה צו דער תורה. נו אויב אזוי’זשע, פארשטיי איך שוין נישט צו וואס דער ארטיקל באציט זיך בכלל.
נו גוט, וועל איך דערווייל מוזן איגנארירן וואס ס’איז מיר אומקלאר אין יענעם ארטיקל און זיך באציען נאר לגופו של ענין. אויב איך האב נישט קיין טעות, פארשטיי איך אז דער שרייבער האט אין אמת’ן נישט ליב קיין „דרויסנדיגע“ אדער „וועלטליכע“ באגריפן. דער ביישפיל פון הרב אביגדור מילער איז גענוצט געווארן נאר כדי לערבב את השטן, אבער דער עיקר פונעם גאנצן ארטיקל זעט אין וועלטליכקייט אן איבריגע זאך. דערפאר איז טאקע גוט צו בלייבן ביי דעם ביישפיל פון הרב אביגדור מילער, און נישט דערמאנען, למשל, הרב שמשון רפאל הירש, אדער אפילו דער מלבי״ם, תפארת ישראל, מהר״ץ חיות, און נאך אזעלכע.
דער ויכוח איבער דער טעמע איז אין אמת׳ן גענוג פאפולער צווישן אונזערע קרייזן, אזוי אז ס’איז איבריג פאר מיר אויפצוברענגען די טענות אויף סיי וועלכער זייט. יעדער צד ווערט הייזעריג מיט זיינע ראיות פון גדולים וואס האבן געלעבט אין פארשידענע תקופות און מקומות וואס האבן געטון אזוי אדער אזוי, אבער ס’איז למעשה א געזעלשאפטליכע פראגע וואס ווערט באשטימט לויט דער סטאטוס קווא. יחידים וואס דאס הארץ ציט זיי אויסצוברייטערן די האריזאנטן פרעגן על פי רוב סיי ווי נישט קיין מיינונג פון אנדערע, און די וואס האבן מורא צו נעמען אזא טריט וועלן נאכגיין די סטאטוס קווא. זיי ליינען מסתמא נישט דעם פארווערטס בכלל.
נאר היות אז דער שמועס האט זיך אנגעהויבן אויף דעם פלאטפארם וועל איך כאטש ענטפערן אויף דעם עיקר פון זיינע טענות. די כוונה מיינע איז נישט איבערצוצייגן אים אדער סיי וועמען, נאר פשוט אויסצוקלארן די סוגיא אין דער אבסטראקטער וועלט פון רעיונות. ובכן, הרב וו. וו. פרעגט, „אויב אייער שטוב איז אנגעפולט מיט מאלערייען פון די גרעסטע מאלערס, פארוואס זאלט איר זיך ווענדן צו מאלערייען פון צווייט־ראנגיקע קינסטלער?“ הרב וו. וו. גלייבט אז אין אונזער אינערליכער וועלט איז פאראן גענוג קונסט, אזוי אז ס’איז נישט וויכטיג צו גיין זען „מאלערייען“ פונדרויסן.
במחילה פונעם שרייבער, דאכט זיך מיר אז ער פארשטייט נישט וואס ס׳איז דער יסוד פונעם רעליגיעזן וועלט־באנעם — די באציאונג צווישן גאט און מענטש. דער מענטש האט די ברירה צו באשליסן צי ער וויל זען די גאנצע וועלט דורך רעליגיעזע פריזמען אדער נישט, אבער אפילו ווען ער פארמאגט א טיף־רעליגיעזע נשמה וואס זעט גאט אין יעדן גרעזעלע און שטויב, וועט עס נאכנישט הייסן אז אלע פארמען אין דער בריאה זענען איינס און דאס זעלבע. פארקערט, דער חידוש פון דער בריאה איז דאס גופא, אז זי פארמאגט מיליאנען באזונדערע אויסדרוקן, סיי אין דער טבע, און סיי אין מענטשליך־געשאפענער קונסט.
אויב א מענטש האט ליב מוזיק, קען ער נאך אלץ שעצן א שיין בילד, און א מענטש וואס האט ליב סקולפטורן קען נאך אלץ שעצן עלעגאנטע ארכיטעקטור. דערפאר פארשטיי איך גארנישט דעם באדייט פון דער טענה, „אויב אייער שטוב איז אנגעפולט מיט מאלערייען פון די בעסטע מאלערס, פארוואס זאלט איר זיך ווענדן צו מאלערייען פון א צווייט־ראנגיקן מאלער?” היות איך בין זיכער אז הרב וו. וו. האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין חסידישע „קונסט־מאזעאום” שטעל איך זיך פאר אז ער האט עס נאר געמיינט בדרך משל, און זיין כוונה איז בלויז דאס אז וואס מיר האבן אינעווייניג איז גענוג, און מיר דארפן נישט צוקומען צו דער „שיינקייט” פונדרויסן.
וואספארא פנים וואלט עס געהאט ווען א מוזיקער וואלט געזאגט אזעלכע ווערטער פאר א מענטש וואס האט ליב ליטעראטור? אדער ווען א פילאזאף וואלט אזוי גערעדט צו אן ארכיטעקט? וויאזוי וואלט רעאגירט דער ליבהאבער פון מוזיק ווען מ׳וואלט אים געזאגט: „לאז דיך אפ פון מוזיק! ס׳איז דא גענוג שיינקייט אין די פיעסעס פון שייקספיר!” צווישן אונז גערעדט, איז נישטא קיין מענטש וואס האט נישט ליב מערערע פארמען פון שיינקייט אין דער וועלט, סיי אזעלכע וואס מ’טרעפט אין דער טבע, און סיי אזעלכע וואס זענען געשאפן געווארן דורכ׳ן מענטש. אויב מוזיק מיט ארכיטעקטור זענען נישט קיין סתירה, פארוואס זאל רעליגיע מיט קונסט יא מוזן זיין א סתירה?
איך זאג נישט אז מ׳זאל אריינברענגען קלאסישע מוזיק אין בית־מדרש, ווייל קוהלת זאגט דאך שוין אז יעדע זאך האט זיך איר צייט. איך זאג נישט אז מ׳זאל מאכן חברותות אויף גמרא דוקא אין א קאנצערט־זאל, אדער אז מ׳זאל פארוואנדלען דעם בית מדרש אין א מוזעאום, אבער צו זאגן אז א פרומער איד קען נישט טרעפן קיין פלאץ אין זיין הארץ פאר א גאנצער וועלט וואס געפינט זיך אויסער זיינע ד׳ אמות — דאס גרעניצט זיך מיט אבסורד. נישט אזוי? זייט מיר מוחל דעם שארפן אויסדרוק, אבער די טענה פון הרב וו. וו. קען פארשטאנען ווערן נאר פון א פערספעקטיוו וואס איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם אז די וועלט פארמאגט אין זיך א וועלט מיט וועלטן.
איך זאג נישט אז מ׳מוז זיך עפענען צו דער וועלט, איך קען אויך נישט גאראנטירן אז די תמימות וועט בלייבן דאס זעלבע — ווייל יעדע נייע ידיעה וואס דער מענטש באקומט, אפילו אין יהדות גופא, ברענגט מיט זיך נייע בליקן אויף דער וועלט, און אינאיינעם מיט דעם ווערט די תמימות פונעם מענטש געשטעלט אין נסיון. דאס איז אבער א באזונדערער שמועס. דאך, צו זאגן אז די וועלט האט נישט וואס צו געבן פאר׳ן איד, ווייל מיר האבן שוין אלעס אין דער וועלט, איז זייער נישט ריכטיג. די גרויסע וועלט איז פול מיט וואונדער, נישט בלויז פונעם מאטעריעלן שטאנדפונקט, נאר נאך מער פונעם רוחניות׳דיגן קוק.
פארשטייט זיך, לויטן כלל פון „בכל דרכיך דעהו” איז מעגליך פאר׳ן מענטש אלץ און אלעמען אריינצונעמען אין דער רעליגיעזער ספערע. דער מענטש קען איבערלעבן רעליגיעזע מאמענטן, נישט בלויז ביים אפלערנען א דף גמרא, נאר אויך ביים הערן מוזיק, ליינען ביכער, באטראכטן מאלערייען, אד״ג. פונקט לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון אן עלטערן נישט־אידישן ארטיסט, אז ווען ער האט באזוכט רוים האבן זיך אים געשטעלט טרערן אין די אויגן שטייענדיג נעבן ווערק פון פארשידענע קינסטלער פון דער רענעסאנס תקופה. אויף אזעלכע מאמענטן האבן אונז חז”ל מתקן געווען די ברכות הראיה.
אויב וו. וו. שרייבט אויפ׳ן אינטערנעט האט ער שוין מסתמא געזען אמאל א פילם וואס איז געמאכט געווארן לפי מיטב ה׳קונסט’ פון דער דרויסנדיגער וועלט. זיצנדיג פאר׳ן עקראן („סקרין”) בשעת ס׳לויפט דער פילם פון א רירנדער געשיכטע, א שטייגער ווי די אלטע ווערסיע פון „טיטאניק” — בשעת די שיף זינקט און די כלי־זמר שפילן דאס ליד „נענטער מיין גאט צו דיר!”, פילט זיך עפעס ווי די נשמה ווערט אויסגעוואשן נאך מער ווי, להבדיל, ביי א מוסר ספר. אמת, ס’איז א פרעמדע וועלט פאר אונז, אבער אין געוויסע מאמענטן בלייבט מען שטיין פארשטומט, מ’קוקט זיך איין אויף דעם אין־סוף וואס שטעקט אין מענטשליכער קונסט, און דאס הארץ ווערט פארוואנדלט אין א תפילה.
אט די באגעגענישן מיט דער גרויסער וועלט לערנען אונז אויס די מידה פון ענווה. מיר לערנען זיך צו אנערקענען די מענטשהייט ארום אונז, מיר ווערן אנגעפולט מיט שעצונג פאר דער ברייטקייט פון דער מענטשליכער נשמה, און מיר זעען זיך ווי א טייל פון א גרויסן אוניווערס. דאס איז גענוי וואס דאס רעליגיעזע געפיל דארף מאכן מיטן מענטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.