מיך וואונדערט שוין לאנג ווי ס’קומט אזא יום טוב ווי פורים צו אידן.
ס’האט זייער ווייניג אייגנארטיגע אידישע שטריכן, און ווען נישט די חסידישע כאניאקעס וועלכע זאגן נאך “קדושת לוי’ס” און “בני יששכר’ס” ביי דער פורימ’דיגער סעודה, וואלט עס קוים געהאט א אידישע צורה. גלייבט מיר, דא בין איך באמת דאנקבאר די כאניאקעס, איך האב ליב צו הערן וויאזוי דער קדושת לוי האט געזען אינעם גאנצן יום טוב א שטיק געטליכקייט, און וויאזוי דער נס פון פורים איז נאך העכער פון אנדערע אפענע נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט אידן.
ווען נישט דעם קדושת לוי, זעט איר, וואלט דער יום טוב אינגאנצן נישט געהאט קיין אידישע צורה. ס’איז אודאי דא עפעס אינעם יום טוב וואס איך האב ליב, די קינדער זעען אויס פרייליך, זיי פארשטעלן זיך און זיי זעען אויס זיס, אבער אויסערדעם פארשטיי איך נישט וועלכער פרט אינעם יום טוב ס’בארירט דאס הארץ פון דערוואקסענע מענטשן. מהיכי תיתי, מ’עסט א סעודה מיט דער משפחה, אבער דער אנגעלייגטער פארקער אויף דער גאס איז אן אפקומעניש, און די שיכורים וואס וואלגערן זיך איבעראל זענען נישט תמיד בא’חנ’ט.
געווענליך איז דער שפיץ פונעם אידישן יום טוב אין די תפילות און די לידער, אבער ווען ס’קומט צו פורים איז אויף להכעיס נישטא קיין געשמאקע לידער. ס’רוב לידער זענען היינטיגע, אן א ספעציעלן טעם. נעם אזעלכע לידער ווי “משנכנס אדר”, “ונהפוך”, אדער “ליהודים”, און איך מיין אז מיר וואלטן זיך געקענט גוט אויסקומען אן זיי. די מעלאדיע פון “משנכנס” איז אייגנטליך געשאפן געווארן דורך אן אפרא-אמעריקאנער זינגער. דוקא דאס ליינען די מגילה איז שיין, די טראפן מיט וואס מ’ליינט זענען טרויעריג-פרייליך און זיי קומען ארויס פון דער סאמע טיפעניש פון אידישער מוזיק, באצירט מיט דער הילע פון אלטערטימליכקייט.
ווען ס’קומט פורים נאכמיטאג און מ’באטראכט די שיכורים באמערקט מען פארט ווי עפעס ווערט דארט באפרייט, עפעס וואס לאזט זיך נישט באפרייען דורכ’ן יאר. כאניאקעס וואס ציטערן ליב צו האבן דאס לעבן, בני תורה און שיינע אידן, כולל יונגעלייט און מתמידים, טרעפן אין פורים א געלעגנהייט צו ווערן עטוואס לויזער און זיך אויסלופטערן פון דער אנגעצויגנקייט, נאר די שיכרות אליין איז א פרישע מאסקע וואס מ’טוט זיך אן. איינקוקנדיג זיך אין די שיכורים דאכט זיך אז מ’זעט דארט א טראגיש-קאמיש בילד. מ’זעט דארט דעם פּיין פונעם פארשלאסענעם “איך” וואס לאזט זיך נישט באמת ארויסקומען אפילו אין פורים.
נישט איין מאל דאכט זיך מיר אויס ביי דער סעודה פון פורים נאכמיטאג ווי ס’וואלט מיר דאס גאנצע ספעקטאקל געווען אומהיימליך. איינער שרייט, אן אנדערער ברעכט אויס, און קיין שום זאך אינעם צימער ווינקט נישט צו מיר, אדער רופט מיך צו נעמען א טייל אין דער סצענע. זיצנדיג צווישן א גרופע מענטשן וואס זינגען נאכאמאל און ווידער “ותוסף אסתר” אדער “חייב אינש לבסומי”, מיט א כמו-שיכור’דיגקייט, פיל איך זיך מיטאמאל אזוי פרעמד אין מיין אייגענער סביבה אז איך וויל ערגעץ אנטלויפן.
ס’ווילט זיך מיר נעמען פליגלען און אוועקפליען צו דעם אלטערטימליכן פערסיע וואו די געשיכטע פון דער מגילה איז פארגעקומען און איך וויל זיך צוהערן צו דער מוזיק פון דער סעודה פון אחשוורוש. איך וויל הערן ערגעץ א מזרח’דיגן אויטענטישן גארגל, איך וויל אריינפליען אינעם תנ”ך, ווייט אוועק פונעם אמעריקאנער פורימ’דיגן געמויזעכץ, ווייט אוועק פון די שיכורים וואס זייער וועזן איז נאך מער פארשלאסן בשעת דעם שכרות ווי סתם אזוי אינמיטן יאר. צומאל ווילט זיך מיר פארטרינקען מיין טרויער מיט א גלעזל וויין, אבער ס’איז נישט לייכט צו טרינקען ווען מ’פילט זיך עלנט.
ס’איז א שאד. פורים וואלט געקענט זיין א יום טוב ווען מיר זענען מער אויפריכטיג מיט זיך. פורים וואלט געקענט זיין א פאלקסטימליכער יום טוב, מיט אויטענטישע לידער אויף אידיש אדער אפילו לשון-קודש. ס’איז מיר א חידוש אז ס’איז נישט פארבליבן קיין סך פון דער אמאליגער אידישער פאלקלאר, חוץ פון די פורים שפילן ביי די רבי’שע טישן, אבער איך האף אז אינעם עתיד וועלן זיין מער באדייטפולע באשטאנדטיילן אינעם יום טוב וואס וועלן אים געבן א מער אינספירירנדע דערפארונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.