לכבוד דעם געבוירן־טאג פון מארטין לוטער קינג, זאל זיך מיען, וואס קומט שוין באלד, האב איך זיך דערמאנט אין כל-ערליי חלומות וועלכע מיר טראגן אליין מיט זיך, איבער גאולות נאך וועלכע מיר בענקען און שאיפות וועלכע מיר ווילן דערגרייכן:
איך האב א חלום, אז ס’וועט קומען דער טאג ווען מיר – חרדישע אידן - וועלן אנטוויקלען א געפיל צו קונסט און ליד, די נשמה אונזערע וועט זיך עפענען און אנהייבן דערשפירן די וויברירונגען פון דער בריאה. ס’וועט קומען דער טאג, און דער טאג איז נישט ווייט, ווען מיר היימישע אידן וועלן געניסן פון אבסטראקטע מאלערייען און יעדע סארט קונסט; ווען א פראנצויזישער וואלס, אדער אן ארגענטינער טאנגא, וועט בארירן דאס הארץ פון אונזער חרדישער נשמה, נישט ווייניגער ווי דער כל נדרי אין סאמע מיטן פון יום כיפור.
איך האב א חלום, ס’וועט קומען דער טאג ווען אונזער היימישער איד וועט אנטדעקן דעם אוצר פון ליטעראטור, און נישט בלויז וואס ער וועט אנהייבן איבערדרוקן אויף דער אייגענער שפראך די קלאסישע ביכער וואס די מענטשהייט האט ארויסגעגעבן, נאר ער וועט אויך שרייבן אן אייגענע ליטעראטור וואס וועט זיך נישט דארפן שעמען פאר דער וועלטליכער ליטעראטור. אונזער חרדישער איד וועט ארויסקריכן פון זיין הייל, און מיט דער עקסטאזע פון א פריש געבוירענעם, וועט ער ארויסגעבן א קלאנג וואס וועט צוריקפירן די מענטשהייט צו פארגעסענע זכרונות פון אמאל מיט א טעם פונעם מארגן.
איך האב א חלום, אז ס’וועט קומען דער טאג ווען מ’וועט מעגן חלומ’ען אין אונזער היימישער וועלט. פאר’ן בלויזן קלערן, פאר’ן בלויזן טרוימען, וועט מען נישט דארפן ליידן. מ’וועט מעגן שרייבן לידער, זינגען, פארברענגען און גלאט אזוי ליב האבן דאס לעבן. די לידער וועלן נישט דארפן אנטהאלטן בלויז א רעליגיעזן אינהאלט, נאר זיי וועלן מעגן רעדן וועגן מענטשליכע פאנטאזיעס, איבערלעבענישן און תשוקות. איך האב א חלום אז ס’וועט קומען דער טאג ווען דער שיר השירים פון תנ”ך וועט צוריק אדאפטירן דעם חרדישן איד, און די שכינה וועט זיך ווידער אומקערן אין אונזערע שולן.
איך הער שוין די גלעקלעך פון גאולה און איך וויל גלייבן אז ס’איז נישט ווייט. איך זע שוין דעם גלאנץ אין די הימלען און דעם מארש פון די וואלקן. ס’קומט אויף א נייער טאג אויפ’ן חרדישן אידנטום. דער סטאטוס פון דער פרוי וועט זיך הייבן, פון זיין בלויז א פוסבענקל פאר די מענער, וועט זי אליין באקומען די געלעגנהייט זיך צו הייבן, איר לעבן זאל אנערקענט ווערן לויט אירע דערגרייכונגען, און נישט בלויז לויט די דערגרייכונגען פון אנדערע ארום איר. דעם שכר אין הימל זאלן די פרויען באקומען נישט בלויז פאר’ן אפווארטן די מענער אינדערהיים, נאר פאר פיל אנדערע זאכן וואס זי וועט אליין דערגרייכן.
ווען דער טאג וועט קומען וועלן אונזערע מיילער פול ווערן מיט געלעכטער, נישט גלייבנדיג אז דאס האט געקענט פאסירן. אין אונזערע חרדישע הייזער וועלן זיך אפגעפונען ביכער פון דאסטאיעווסקי און טאלסטוי, דזשארדזש ארוועל און וויקטאר הוגא, זייט ביי זייט מיט א גרויסן תלמוד בבלי, א תנ”ך און א שולחן ערוך, און נאר א קליינער שילד וועט הענגען צווישן די צוויי זייטן אויף וועלכן ס’וועט זיין אויפגעשריבן מיט א רויטן פארב דאס ווארט “להבדיל”. אין אונזערע חדרים און תלמוד-תורה’ס וועט מען לערנען נישט בלויז גמרא, נאר אויך וויאזוי צו זיין אידן.
אין יענעם טאג וועלן מיר ליב באקומען נאטור, מיר וועלן פשוט און גראד שעצן עסטעטיק און נישט זוכן קאליע צו מאכן די לאנדשאפט פון דער מאמע ערד. מיר וועלן ליב באקומען די אייגענע שפראך און זי נישט צעקאלעטשן מיט א שלעכטער גראמאטיק. פון אונזערע רייען וועט ארויסקומען א נייע נבואה, און ס’וועט זיך ווידער שפינען א קאפיטל אין דער אידישער געשיכטע, פאר וועמען די פריערדיגע דורות וועלן זיך נישט דארפן שעמען. דער טאג איז נישט ווייט, אבער דערווייל איז עס א חלום. איך זאל נאר האבן אביסל מער חוצפה, וואלט איך ווייטער גע’חלומ’ט!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.