עס זענען פאראן צוויי סעקטארן אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט, ביי וועלכע דער דערציאונגס סיסטעם נויטיגט זיך אין רעפארם. דער ערשטער איז דער חרדישער און דער צווייטער — דער אלגעמיינער.
דער איינגעשטעלטער סדר לימודים אין דער אמעריקאנער (ווי בכלל רוב מערב וועלט) פארמאגט א סך איבעריג מאטעריאל, וואס ברענגען דעם סטודענט קיין שום נוצן. געוויסע לימודים זענען קיינמאל נישט געווען לעבנסוויכטיג, אבער האבן אויך קיינעם נישט געברענגט קיין שאדן. „געאגראפיע” איז נישט קיין שלעכטער ביישפיל. ס׳איז נישט קריטיש וויכטיג צו קענען די הויפטשטאט פון מאנגאליע, און קיינער האט נאכנישט אויסגעהויכט די נשמה צוליב שוועריגקייטן מיט אידענטיפיצירן דעם גענויעם פונקט וואו טאנזאניע געפינט זיך אויף דער מאפע. אנדערע לימודים, למשל, אוואנסירטע מאטעמאטיק, זענען אפשר יא נוצליך, אבער די צייט האט זיי איבערגעלאזט אין דער פארגאנגענהייט. אויסער פאר סטודענטן וואס טראכטן וועגן א קאריערע אלס מאטעמאטיקער, איז דער לימוד אין א צייט ווען יעדער פארמאגט א קאמפיוטער אין טאש, גענצליך איבעריג.
ס׳וואלט נישט געשאדט אפצו׳פטר׳ן ביידן, די אומוויכטיגע ידיעות און אפגעדינטע לימודים. די קאנצענטראציע צו לענגערע לימודים ווערט אין א צייט פון א כסדר׳דיגן „אינסטענט” אינפארמאציע־פארפלייצונג אלץ שווערער און קורצער. איז עס א שאד וואס דער קאפ און צייט פון היינטצייטיגע סטודענטן, ביי וועמען דער זיץ-פלייש ווערט אלץ שיטערער און מאגערער, זאל גע’בטל’ט ווערן אויף אומנויטיגע זאכן.
ביי דער חרדישער געזעלשאפט, וואס שרעקט זיך פונעם מינדנסטן פארקער מיט דער סעקולערער וועלט, איז דער ענין פונקט פארקערט. דארט לערנט מען אזוי פיל ווי — גארנישט. ביי די מיידלעך איז דער מצב א סך בעסער — אייגנטליך, גאר גוט. אין די מיידל־שולעס לערנט מען גאר א סך סעקולערע שטודיעס און דערצו אויף א הויכן ניווא. די צרה איז ביי די יונגלעך, וועלכע גראדואירן חדר אן די סאמע עלעמענטארע ידיעות וועגן ענגליש רעדן און שרייבן, געזעץ, און אלע אנדערע זאכן וואס זיי וועלן דארפן שפעטער אין לעבן. אין דער צייט וואס די מיידלעך, וועלכע גייען אין דער חרדישער געזעלשאפט נישט ארויס אין דער ארבעטס-וועלט מער ווי אויף א צוויי־דריי יאר און וועמענס טיפישע שטעלעס פארלאנגען נישט רוב פון די וואס זיי לערנען, באקומען די יונגלעך/בחורים נישט די גרונט־ידיעות וואס וועלן זיך זיי אויספעלן אויף שפעטער, ווען זיי וועלן שטעלן די ערשטע טריט ארויס אין דער וועלט.
„מה שלא יעשה השכל, יעשה הזמן,” זאגט די וועלט: די צייט וועט אויסלערנען דאס, וואס דער שכל האט נישט געקענט. ווי א סך מאל אין לעבן, איז דער שכל דורכגעפאלן מיטן אונז אויסלערנען דעם פשוט’ן פאקט, אז אויפהאדעווען דערוואקסענע מיט א ידיעות באגאזש פון פיצלעך קינדער פירט צו א חורבן. די צייט האלט יעצט אינמיטן טאן דאס איריגע, פון אריינזעצן ביי אונז אין געוויסן דעם יסוד, אז כל זמן מיר וואוינען דא מוזן מיר צוגרייטן אונזערע קינדער צו קענען לעבן און מצליח זיין אין דער געזעלשאפט. ביי צופיל פראבלעמען מיט וואס מיר האבן זיך אנגעשטויסן ציט דער שורש צוריק צו דער אפוועזנהייט פון און אפילו ביטול כלפי עלעמענטארע שטודיעס און ידיעות.
די מעלה פון דעם וואס מיר וועלן ערשט יעצט זיך נעמען צו „ענגלישע לימודים” איז דאס, אז מיר האבן די געלעגנהייט איינצושטעלן א פראקטישן סעקולערן סדר הלימוד, וואס זאל ארייננעמען אלעס וואס פראגמאטיזם און דאס היינטצייטיגע מציאות פארלאנגט. פאר ענגלישער גראמאטיק איז אן עלעמענטארע מדריגה גענוג, אין א וועלט וואו יעדער קאמפיוטער קומט מיט עטליכע ברירות און צענדליגער אנליין רעסורסן צו פארזיכערן אז דאס געשריבנס טראגט א לייטיש פנים. די פרע־היסטאריע וועט זיך אויך נישט ברוגז’ן אויב מיר וועלן לאזן די געשיכטע פונעם אור־מענטש אין די היילן וואו זיין לעבן האט זיך אויסגעשפילט.
דער דערציאונגס מצב ביי דער אלגעמיינער געזעלשאפט איז אויך נישט באזונדערס פויגלדיג, און אלץ מער ארבעטס־געלעגנהייטן פארלאנגען אלץ מער ידיעות וואס ווערן אין דעם שולע־סיסטעם נישט געהעריג געלערנט. דער ווענדפונקט ביי וועלכן די אלגעמיינע געזעלשאפט שטייט, שטעלט דער חרדישער וועלט פאר א געלעגנהייט וואס וואלט געווען א שאד צו פארפאסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.