פאראן א שטח אין (צי הארט נעבן) ארץ ישראל, וואס האט דעם כבוד אנגערופן צו ווערן מיט עטליכע נעמען. אנדערע רופן אים „אקופירטע שטחים‟, דאן זענען פאראן די וואס באציען זיך צו דעם לאנד ווי „מערב ברעג‟, בעת נאך אנדערע קענען די טעריטאריע מיט איר אריגינעלן נאמען — יהודה און שומרון.
וועלכער איז דער ריכטיגער?
אנשטאט דעם נאמען, לאמיר ליבערשט זיך באקענען מיט דער נאענטער היסטאריע פון דעם פלאץ. דעם נאמען וועלן מיר דערלויבן דאס מציאות צו דיקטירן.
מיט יארטויזנטער צוריק, איז דער שטח געווען צעטיילט צווישן די צוויי אידישע קעניגרייכן פון יענער תקופה, מלכות יהודה, מיט איר צענטער אין ירושלים, און מלכות ישראל, מיט איר צענטער אין שומרון. אינאיינעם: יהודה ושומרון. עווענטועל איז דער ראיאן אנגעשלאסן געווארן אין דער אטאמאנישער אימפעריע, וואס האט זיך געהאלטן אין משך פון עטליכע הונדערט יאר.
ווען די אטאמאנישע אימפעריע איז צעפאלן נאך דעם ערשטן וועלט־קריג, האט די „פעלקער ליגע‟ (פארגייער פון דעם היינטיגן „יו־ען‟) אין 1917 באשלאסן צו צעטיילן דעם ראיאן אין קלענערע חלקים און דארט גרינדן נייע לענדער. די „פעלקער ליגע‟ האט באשטימט ענגלאנד צו צייטווייליג פארפיגן מיט דעם שטח.
ענגלאנד האט דעמאלט באשלאסן צו באשטימען א קליין חלק פונעם מיטל-מזרח — ווייניגער ווי א פראצענט פונעם שטח אויף וועלכן זי האט פארפיגט — פאר א אידיש היימלאנד. אזוי קליין ווי ער איז דעמאלט געווען, האט דער שטח איינגעשלאסן נישט נאר יהודה ושומרון נאר זאגאר א באלעבאטישן טייל פון דער אנדערער, מזרח’דיגער זייט פונעם ירדן — וואו דאס לאנד ירדן געפינט זיך היינט.
די בריטישע כוחות האבן פארלאזט דאס פלאץ ארום דער זעלבער צייט ווען די מאדערנע מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן אין 1948. אין יענער צייט זענען אנגעגאנגען פארהאנדלונגען איבער צוטיילן און צעטיילן שטיקער לאנד צווישן אידן און אראבער. די פארהאנדלונגען האבן זיך קיינמאל נישט דערשלאגן צו קיין טאלק, ווייל די אראבער האבן נישט מסכים געווען צו א אידיש לאנד פון קיין שום גרויס, אין ערגעץ אין יענער גאנצער געגנט.
ווען דאס אידיש לאנד האט זיך געגרינדעט אין 1948, האבן די ארומיגע אראבער באפאלן דעם ניי־געגרינדעטן אידישן לאנד, מיט’ן ציל פון פארניכטן דעם אידישן ארץ ישראל. ירדן האט אין יענער מלחמה אינוואדירט דעם יהודה־ושומרון שטח, אינאיינעם מיט א חלק פון ירושלים, און דאס אלץ אנגעשלאסן אינעם עקזיסטירנדן לאנד „ירדן‟ – א ניי לאנד וועמענס שטח איז פריער, פונקט ווי ארץ ישראל, געווען טייל פונעם בריטישן מאנדאט. ירדן האט דעמאלט א נאמען געגעבן דאס פלאץ — מערב ברעג, און פשט איז געווען אז דער שטח געפינט זיך אויף דער מערב זייט פון דער טייך ירדן (לעומת דעם ירדן פון ביז דאן, וואס איז באשטאנען פון דעם שטח וואס געפינט זיך אויף דער מזרח זייט פון דער זעלבער טייך).
רוב וועלט, אריינגערעכנט דער „אראבישער ליגע‟, האט נישט אנערקענט ירדנ’ס רעכט אויף די אנעקסירטע שטחים. דאס איינציגע משמעות וואס די „גרעניץ‟ צווישן יהודה ושומרון און ארץ ישראל האט געטראגן איז געווען, אז דא, ביי דער אוועקגעשטעלטער ליניע, איז איינגעשטעלט געווארן א פייער־אפשטעל צווישן ארץ ישראל און די אראבישע לענדער. די ליניע האט נישט אפגעצייכנט קיין שום גרעניץ און האט נישט געטראגן קיין שום לעגאלן געוויכט.
אין 1967 האבן דריי אראבישע שכינות’דיגע לענדער, סיריע, ירדן, און עגיפטן, אטאקירט ארץ ישראל. דער קריג וואס די דריי אראבישע לענדער האבן אנגעהויבן קעגן דעם אידישן לאנד איז אנגעקומען אן קיין שום פראוואקאציע און מיט’ן קלאר־דעקלארירטן ציל פון אונטערברענגען ארץ ישראל. מדינת ישראל האט אין יענעם קריג זיך עקשנות’דיג פארטיידיגט און טאקע ארויס דער זיגער. אין צוגאב פון אפשלאגן די אטאקע פון די אראבישע שכנים, האט ארץ ישראל צוריקגעשטויסן און איינגענומען א סך פרישע שטחים, אריינגערעכנט דעם אזויגערופענעם „מערב ברעג‟ פון ירדן.
די „פאראייניגטע פעלקער‟ האט אין דער נאכפאלגנדער תקופה גערופן ארץ ישראל און די שכינות’דיגע אראבישע לענדער צו פארהאנדלען און אויפקומען מיט א געהעריגן פלאן וואס צו טאן מיט דעם שטח. און ביי דעם איז עס געבליבן.
קיין „פאלעסטינע‟, ווי בכלל די קאנצעפט פון „פאלעסטינער‟, האט דעמאלט נאך בכלל נישט עקזיסטירט. די קליינע באפעלקערונג וואס האט באוואוינט דעם שטח איז פריער געווען טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע, שפעטער געווען איינוואוינערס פון „דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע‟, און נאך שפעטער — אין קעגנזאץ צום אינטערנאציאנאלן געזעץ — געווארן ירדנ’ישע בירגערס.
לאמיר זיך אומקערן צו די נעמען פון דעם ראיאן און זיי באטראכטן אין ליכט פון זיין היסטאריע אין די לעצטע ארום־הונדערט יאר: „אקופירטע שטחים‟. אקופירט פון וועמען? ארץ ישראל האט פון דארט ארויסגעטריבן ירדן — וועלכע האט קיינמאל נישט געהאט קיין לעגאלן רעכט אויף דעם שטח און האט אים אקופירט, באזעצט, און אנעקסירט אויף אן אומלעגאלן אופן. היות די אזויגערופענע „פאלעסטינער‟ האבן נאך דעמאלט נישט עקזיסטירט און ירדן האט לכתחילה נישט געהאט דארט וואס צו זוכן, איז דאס ווארט „אקופירט‟, וואס באדייט אז די פריערדיגע באלעבאטים זענען פון דארט פארטריבן געווארן, נישט אין פלאץ.
„מערב ברעג‟. ווידעראמאל דאס זעלבע: דעם נאמען האט דער ראיאן באקומען מיט גוואלד, דורך די אומלעגאלע ירדנ’ישע אקופאנטן, וואס האבן פשוט פארכאפט דאס פלאץ. אחוץ דעם האט דאס פלאץ קיין שום שייכות מיט ירדן.
דער שטח איז א ראיאן ארום וועלכן עס זענען פאראן מיינונגס דיפערענצן. דער איינציגער נאמען מיט סיי־וועלכן לעגאלן און פראקטישן זינען איז ובכן דער אידישער: יהודה ושומרון.
ס’זעט נישט אזוי אויס, אבער אפילו מיר זאלן נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט פון א פאלעסטינער לאנד אויף טיילן פון יהודה און שומרון, וועלן מיר זיך דעמאלט זארגן אויף אן אלטערנאטיוון נאמען. דערווייל הייסט עס יהודה און שומרון, און אויב ס’זאל זיך דארט מאכן א פאלעסטינער לאנד אן דער הסכמה פון ארץ ישראל, וועל איך, ווי א איד, בלייבן אים אנרופן ביים אידישן נאמען.
ווייל איך בין פריער א איד און שפעטער הערשט פאליטיש קארעקט. און ווען עס זענען פאראן צוויי צדדים אין א געפעכט, וועל איך ראשית כל נעמען דעם אידישן צד, און שפעטער זען צי דער איד איז ווירקליך גערעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.