דער עולם ביי דער חתונה האט זיך געטאנצט פרייליך, ווי געווענליך ביי חסידישע חתונות. דער רינג האט זיך נישט געהויבן צו ווילד חלילה, נאר די באטייליגטע האבן לאנגזאם שפאצירט האנט ביי האנט, בעת די מוזיק האט הויך געשפילט „אחת שאלתי מאת ה׳‟, אדער „אנא עבדא דקודשא בריך הוא‟. דא דארטן האט אריינשפאצירט א רבי׳לע צו דער חתונה, און ר׳האט צושפאצירט צום חתן, גענומען אים טאנצן מיט פארמאכטע אויגן, מעשה צדיק, און דער עולם ארום האט פייערליך צוגעפאטשט צו זיין טאנצן. איר ווייסט דאך, א איד דארף כבוד, איז וואס שאט שוין אים צו געבן אביסל כבוד? מ׳קויפט זיך דערמיט זיכער עולם הבא.
ביי דער מוזיק איז געשטאנען א גרופע בחורים און אויסגעגלאצט אפאר אויגן אויף דעם איין־מאן־באנד, ווי גלייך דא וואלט זיך גערעדט פון א וועלטס־ארקעסטער, און ביים טירל פון דער מחיצה צווישן די מענער און פרויען זענען געשטאנען אפאר ווייבער און זיך צוגעקוקט ווי די מענער טאנצן. דא דארטן זענען זיך געזעסן אידן און געפירט זייערע ביזנעסער צווישן זיך, אין סאמע מיטן פון דער חתונה, און ווען א רבי׳לע איז אריינגעקומען טאנצן האבן זיי זיך אונטערגעשמייכלט (פירות פונעם היינטיגן דור נעבעך). בקיצור, אן אמת׳ע חסידישע חתונה.
איך בין אויך געשטאנען ערגעץ אינמיטן דעם רינג און מיינע אויגן האבן געזוכט עמיצן. דעם חתן אליין האב איך נישט געקענט, די כלה אוודאי נישט, אבער דעם זיידן פון דער כלה האב איך גראד יא געקענט, און צוליב אים בין איך געקומען אויף דער חתונה. איך האב דורכגענישטערט דעם זאל מיט מיינע אויגן און געזוכט דעם זיידן, איך זאל קענען צוגיין אים אפגעבן מזל־טוב. ענדליך האב איך אים דערזען פונדערווייטנס, אינעם רינג צוזאמען מיט אלע, ווי ער טאנצט האנט ביי האנט מיט חסידישע אידן. מיטן ווארט טאנצן מיין איך אודאי די שפאצירעריי רינגס ארום דעם צענטער פונעם זאל. צי מ׳זאל דאס רופן טאנצן אדער נישט וועל איך לאזן פאר טאנצאלאגן צו באשטימען.
איך האב זיך איינגעקוקט אויפ׳ן זיידן, איך האב באטראכט זיינע ערנסטע טריט, דאס פארצויגענע פנים, די שווארץ און ווייסע ברילן איבער די אויגן, און דערונטער די גרויע בארד, א פארעלטערטער דינער שטריימל אויפ׳ן קאפ, און איך האב צו מיר געקלערט: ווער וואלט זיך גע׳חלומ׳ט אז דא האנדלט זיך פון א איד וואס איז א בקי ורגיל אין די גריכישע און רוימישע קלאסיקער, אין די דייטשע העגעליסטן ווי אין די היינטצייטיגע עקזיסטענציאליסטן? אט זע נאר דעם שמייכל זיינעם, אזוי היימישליך תמימות׳דיג, און דאס טאנצן זיינער, אזוי פאר׳דבקה׳ט, נאך פונעם סארט וואס מ׳האט געזען אין דער אלטער היים. גיי רעכן אויס וואס טוט זיך אפ אין דער נשמה פון א מענטש…
ווען ער האט געענדיגט טאנצן בין איך צוגעגאנגען אים ווינטשן מזל־טוב. ווען ער האט מיך דערזען האט ער ארויסגעוויזן צופרידנהייט, און כדי איבערצוקומען די רעש׳יגע מוזיק האט ער זיך צוגעבויגן צו מיר און אריינגעזאגט אין אויער: „איך האב דיר אוועקגעשטעלט דאס ביכל אין דער זייט.‟ ס׳האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן וועגן וואס א ביכל ער רעדט, אבער כ׳האב זיך סוף כל סוף געכאפט און אים באדאנקט אויף דעם. איך בין ווייטער צוריק צום טאנצן, אבער אין הארצן האב איך געשטוינט פון דעם גרויסן גייסט וואס נעמט ארום דעם מענטש.
יא, ס׳זענען דא אזעלכע וואס זענען בכח דורכצולעבן די פילפארביגקייט פון דער מענטשליכער ערפארונג. ס׳זענען דא אזעלכע וואס קענען טרעפן הארמאניע אין דעם וואס אנדערע טרעפן סתירה. ס׳איז נישט קלאר צי אזעלכע מענטשן טרעפן זייער פלאץ איבעראל, אדער אין ערגעץ נישט. צי זייער לעבן איז א קייט פון פארביגער פארשידנקייט אדער א קייט פון יסורים, אבער אז איך וואלט עס געפרעגט פון דעם איד וואלט ער מיר זיכער געענטפערט אז ס׳איז נישט קיין סתירה. ס׳איז אי דאס און אי דאס… דאס מענטשליכע לעבן ווערט געלייטערט אינעם פייער פון אידעאליזם, דורכברוך און דערגרייכונג. דורך די טויערן פון יסורים עפנט דער מענטש נייע בלעטער פון לעבן.
איך בין שפעטער אריבער צו אים אין שטוב אפנעמען דאס ביכל וואס ער האט מיר אוועקגעשטעלט, אבער מער פון דעם האב איך דערזען פאר זיך א מוסטער פון א געשטעל וואס איז כדאי זיך צו לערנען פון דעם, ווי ס׳זאגן אונז חז״ל אז אין די פיס פון חכמים דארף מען זיך שטויבן.