ס׳איז פאראן ביי גרים און בעלי תשובה א געוויסער מין אמת און תמימות וואס פעלט ביי א סך פון אונז, געבוירענע און דערצויגענע פרומע אידן.
מיר וואקסן אויף מיט אלע אידישע באגריפן און קענען גוט אידישקייט, אבער די אידישקייט באקומען מיר אויף זייער א טעכנישן אופן. מען גיט אונז אפשר די טעמים פון די מצוות; מען דערציילט אונז אויך וועגן פארשידענע יסודות און די סיבות אונטער די זאכן וואס מיר טוען. למעשה באקומען מיר דאס פעקל אידישקייט גרייט און פיקס־פארטיג. מען לערנט אונז וואס צו טאן, וויאזוי זיי צו טאן, אבער בדרך כלל ווערט דער עיקר טראפ געלייגט אויפן חלק המעשה. מיר ווערן ווי צוגעוואוינט צו וואשן נעגל־וואסער, מאכן ברכות, דאווענען, און מקיים זיין די מצוות מעשיות. דאס הארץ און די נשמה פון אידישקייט באקומען מיר אבער נישט. אפילו דאס ביסל וואס יא, ווערט פארלוירן אינעם ים פון טעכנישע אנווייזונגען.
אבער די „געווארענע‟ — די גרים און בעלי תשובה — באקענען זיך מיט אידישקייט פון אן אנדערער ריכטונג ווי מיר. איך רעד שוין נישט פון דעם אז זיי קומען בדרך כלל צו אידישקייט פון גוטן ווילן, אן דעם וואס עמיצער זאל זיי דערצו צווינגען. א בעל תשובה, שוין אפגערעדט פון א גר, האט אפגעמאכט אז ער וויל אויף זיך נעמען דעם יאך פון אידישקייט. פאר אים איז יהדות נישט קיין עס־קומט־אזוי דבר פשוט, נאר א באשלוס וואס ער האט געמאכט. דאס אליין מאכט אז אידישקייט זאל אים זיין זיסער און געשמאקער ווי עמיצן וואס איז דערמיט געבוירן געווארן. אבער אויסער דעם, איז אזא איינער מער באוואוסטזיניג צו יהדות. ער פילט א קשר מיט אידישקייט און זי רעדט מער צו זיין נשמה. מיר קענען אידישקייט; זיי, די גרים און בעלי תשובה, פילן זי.
דערפאר וועט א געווארענער אפטמאל האבן א בעסערן, טיפערן פארשטאנד אין די עיקרים און קאנצעפציעס פון יהדות, בעסער ווי דעם רוב פון אונז. מיר האבן אין זיך אפשר מער „דאטא‟, שטיקער אינפארמאציע; אידישקייט קומט אונז מסתמא אויך מער נאטירליך ווי זיי. אבער די נשמה האבן זיי מער ווי מיר.
ס׳איז מיר צופעליג אויסגעקומען צו זען א גר ביי א געווענליכן וואכנדיגן שחרית. יענער האט האט געדאוונט פון א סידור מיט ענגלישן טייטש ביי דער זייט. אבער געדאוונט האט ער אזוי ווארעם, מיט אזויפיל הארץ, אז כ׳האב אים מקנא געווען. ווען איך האב אים באמערקט, האט ער געהאלטן אינמיטן זאגן „ברכות השחר‟. איך זאג עס אפ זייער מהיכי־תיתי. אפילו ווען כ׳האב יא אינזין דעם טייטש פון די ווערטער, איז עס אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס. די ווערטער פון דאווענען זאגן זיך ביי מיר נאטירליך און איך קען זיי אפמורמלען אין שלאף. יענער האט געהאט אן אינטימען שייכות מיט יעדן ווארט. זיין זאגן — דער ניגון און די העוויות — האבן מיר פארטייטשט די ווערטער בעסער ווי מיינע לשון־קודש קענטעניסן האבן עס געטאן סיי ווען פריער. אחוץ זיין עצם זאגן, בין איך פארכאפט געווארן פון דעם פשטות, דער ריינער, תמימות׳דיגער אויפריכטיגקייט מיט וועלכער יענער האט „גערעדט צו גאט‟.
גערעדט צו גאט. פונקט אזוי. איך, פארשטייט איר מיך, דאווען צום אויבערשטן; ער, מיט זיין פשטות און תמימות, רעדט צו גאט — דעם טאטן, ליבהאבער און בעסטן פריינט. אויף אן אינטעלעקטואלער מדריגה ווייס איך דאס אלעס: גאט איז א גוטער, א פאטער. ער איז א געדולדיגער, א גוטער און מען קען זיך מיט אים תמיד דורכשמועסן, אויסבעטן און איינבעטן. איך ווייס עס; ער, דער צוגעקומענער, פילט עס.
דאס איז דער חילוק צווישן אונז, און איך בין די ניי־צוגעקומענע אידן אויף דעם טיף מקנא. איך האב נישט מיט גאט אזא אינטימען שייכות. ווען איך האלט שוין יא ביי א מצב פון רעדן צו גאט, וועל איך אנשטאט עס טאן דורכאויס דעם דאווענען ליבערשט טרעפן א שטיל פלאץ, אוועק פון מענטשנס אויגן, און רעדן צו אים אויף מאמע־לשון. און אפילו דאס קומט נישט אן באזונדערס גרינג. פון נוצן דאס דאווענען אלס צייט און מיטל צו רעדן מיט גאט איז אפגערעדט. עס גייט נישט. ס׳איז ווי יענער האט אמאל געזאגט: נאכ׳ן ענדיגן בענטשן פארגעס נישט צו דאנקען גאט אויפ׳ן עסן…
גרים און בעלי תשובה קומען צו אונז זיך לערנען וואס צו טאן. מיר קענען זיך ביי זיי לערנען וויאזוי צו טאן. מיר ווייסן וועגן גאט - א סך; זיי פילן גאט - טיף אין דער נשמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.