רבקה איז געזעסן אין א דערנעבנדיגן צימער, זי האט געהערט ווי איר מאן רעדט מיט עשיו, זי האט אין זיין רעדן דערהערט דעם ציטער פון טויט, דער ציטער וואס לויפט אים שוין נאך פון די יונגע יארן, ווען ער איז אליין געשטאנען ביים שוועל פון טויט. רבקה האט נישט געקענט צוקוקן ווי איר מאן צאפלט זיך אין די זכרונות. זי האט געקלערט צו זיך, „זיין טאטע האט, איידער זיין שטארבן, אינזין געהאט אז יצחק זאל טרעפן א גוטן שידוך. אבער מיין מאן רעדט גארנישט וועגן אזעלכע זאכן מיט זיין באליבטן עשיו. אנשטאט דעם בעט ער אים צו גיין פאנגען א חיה און צוגרייטן צום עסן… ווען א מענטש שטארבט גיט ער איבער זיין רוחניות׳דיגע ירושה צו דעם קומענדיגן דור. איז דאס די ירושה וואס יצחק וויל איבערלאזן פאר די קומענדיגע דורות? זיך צו דרייען אין די פעלדער און שיסן חיות?‟
„יצחק,‟ האט זי שטיל געשריגן צו זיך אליין, צילנדיג אירע ווערטער אין דער לופט אריין, „דו קענסט דאס נישט טון! דו קענסט נישט שטעלן דעם עתיד פון די קומענדיגע דורות אויפ׳ן געוויכט פון איין געקעכטס וואס עשיו וועט דיר אריינברענגען פאר׳ן טויט… עשיו האט פארקויפט די בכורה פאר א טאפ לינדזן, און דו ביסט גרייט צו פארקויפן די ירושה פון אברהם פאר א פארציע פלייש. דיין טאטע אברהם האט געגלייבט אין דיר אז דו וועסט ווייטער פירן דעם בונד וואס ער האט געשלאסן מיט גאט, ער האט דיך געמאכט פאר זיין עיקר זון – נישט ישמעאל, כאטש ישמעאל איז פריער געבוירן. אבער וואס איז דאס אלעס ווערט אויב דו ביסט אליין גרייט צו פארקויפן דיין בכורה פאר׳ן אויסטויש פון עסן?‟
זי האט שטיל געקלערט וויאזוי צו ראטעווען דעם מצב איידער די סצענע שפילט זיך אויס. וועגן רעדן אפן מיט איר מאן האט נישט געקענט זיין קיין רייד, וויבאלד זי האט געוואוסט אז דאס בארירט זיינע טיפסטע יוגנט זכרונות. וויפיל זי האט שוין פרובירט צו רעדן מיט אים וועגן עשיו, איז עס געווען אן ערפאלג. איר מאן פלעגט שטענדיג פארפליען צו אנדערע צייטן, אנהייבן מורמלען עפעס שטיל, און זי פלעגט נאר חרטה האבן פאר׳ן אויפברענגען די טעמע. דאס מאל האט זי אבער נישט געקענט בלייבן זיצן מיט פארלייגטע הענט, וויבאלד ס׳האט זיך געוואנדן אינעם סך הכל פון דער משפחה טראדיציע. וואס איז ווערט געווען דאס גאנצע העראישע לעבן פון אברהם, אויב אלעס זאל אין איין דור פארווישט ווערן?
נישט די ברכה גופא האט איר געשטערט, צי מ׳בענטשט דעם קינד אדער יענעם, נאר דער פאקט אז יצחק וועט אראפשטעלן דעם שטעמפל אויף די קומענדיגע דורות בנוגע דער ירושה פון אברהם. ס׳וואלט געווען א קלייניגקייט צו פארשטעלן יעקב ווי עשיו און אים אריינשיקן אפנעמען די ברכות אנשטאט עשיו, אבער וואס וואלט דאס אויפגעטון? אויב יעקב וועט געבענטשט ווערן שפילנדיג די ראלע פון עשיו, וועט עס סוף כל סוף פארבלייבן א פאקט אז יצחק האט אויסגעקליבן דעם וועג פון עשיו, און נישט פון יעקב. פיל בעסער וואלט געווען ווען מ׳זאל קענען איבערצייגן עשיו אז ער זאל כאטש אויף אפאר מינוט שפילן די ראלע פון יעקב, בשעת ער באקומט די ברכות, כדי די רוחניות’דיגע ירושה זאל פאררעכנט ווערן אויף יעקב׳ס נאמען.
ממש דאס האט רבקה באשלאסן אויסצופירן. זי האט געלאזט רופן יעקב און אפגעשמועסט מיט אים א פלאן.
***
א שטילער קלאפ האט זיך געהערט אין טיר. יעקב איז אריין דורך דער טיר פונעם צימער וואו זיין טאטע איז געזעסן. „וויאזוי איז דיר אזוי שנעל געלונגען צו קוילן א חיה?‟ האט יצחק געפרעגט פון יעקב וועלכער איז אריינגעקומען מיט א טאץ עסן אין דער האנט. יעקב האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ און געזאגט, „טאטע, אז גאט וויל קען אלעס פאסירן.‟ וויסנדיג אז אידעאליזם איז יעקב׳ס א כאראקטער, האט דאס ווארט „גאט‟ דערוועקט חשד ביים טאטן. „ווער ביסטו?” האט דער טאטע געוואלט וויסן, „קום נענטער צו מיר, וועל איך דיך באטאפן, צו זען צי דו ביסט טאקע עשיו.‟
ביי יעקב׳ן האבן די קניען גענומען קלאפן איינע אין דער אנדערער. ער האט חרטה געהאט טויזנט מאל וואס ער האט מסכים געווען צו דער מאמע׳ס פלאן, זיך אהערצושטעלן אין זיין אייגענעם כאראקטער, ווי דער יעקב-אידעאליסט. אויב שוין זיך פארשטעלן ווי עשיו מוז עס זיין ביזן סוף, אן קיין אידעאליזם, אן קיין מעטאפיזיק, נאר מיט אן אינטימען צוזאמענלעבן מיט נאטור, מיט אן אויפריכטיגער ליבשאפט צו דער דרויסנדיגער וועלט, אן קיין חכמות און אן פשעטלעך. ריכטיגער וואלט געווען ווען יעקב וואלט געענטפערט, „די זון האט צו מיר געשמייכלט דעם טאג מער ווי אלעמאל.‟ אבער די מאמע האט דוקא געוואלט אז יעקב זאל פארבלייבן יעקב. ער זאל נישט ניצן עשיו׳ס שפראך נאר דוקא זיין אייגענע. גיי פארשטיי…
נאכ׳ן באטאפן זיינע הענט האט יצחק פארשטאנען אז דאס דארף פארט זיין עשיו, וויבאלד יעקב איז געווען פארשטעלט מיט פעל פון ציגן אויף די הענט. איי ווי שיקט זיך דאס אז עשיו זאל דערמאנען דעם נאמען פונעם אבסטראקטן גאט הוי״ה, וועלכער פאסט זיך גארנישט אריין אינעם נאטירליכן פאנטעאן? מוז זיין נישט אנדערש, נאר אז עפעס אן ענדערונג איז פארגעקומען אין עשיו. יצחק האט פארשטאנען אז ווען ער וועט יעצט בענטשן עשיו, וועט די ברכה באקומען א גאנץ אנדער באדייט. ס׳וועט מער נישט זיין קיין שטעמפל אויפ׳ן וועג פון עשיו, נאר אויפ׳ן וועג פון יעקב, אפילו ווען דער פאקטישער מענטש וואס שטייט פאר אים איז עשיו. זאל ער אים בענטשן אזוי ווי ס׳איז? זאל ער עס, הייסט דאס, פארזיכערן אז זיין טאטע׳ס וועג וועט האבן א המשך אין די קומענדיגע דורות? נאכדעם וואס דער טאטע האט אים ארויפגעטראגן קיין מוריה? יענעם וועג זאל ער איבערגעבן ווייטער? וויאזוי קען ער דאס טון?
דאס הארץ האט אים אנגעהויבן ווילד קלאפן, די אויגן האבן אים געשווינדלט. ער האט צוגעזאגט פאר עשיו אז ער וועט אים בענטשן, וועט ער אים אודאי מוזן בענטשן. וועמען זאל ער בענטשן אויב נישט עשיו? ער וועט אים מוזן בענטשן, און דערמיט וועט ער אייגנטליך געבן זיין הסכמה אויפ׳ן וועג פון אברהם, דערמיט וועט ער געבן זיין הסכמה אויף דעם בונד מיט גאט, און איבער אלעמען — אויף דעם וואס האט פאסירט מיט אים אין זיין יוגנט… די ביינער האבן אים געטרייסלט, ער האט טיף אריינגעצויגן, איבערגעקלערט פאר א וויילע וויאזוי ס׳זאל מעגליך זיין פאר אים צו טון אזא זאך, אבער סוף כל סוף האט ער זיך געשטארקט און אנגעהויבן צו בענטשן זיין זון.
***
די לעצטע סצענע אין דער דראמע האט זיך אנגעהויבן. יעקב איז ארויס פון צימער און עשיו איז אריין. „זעץ זיך אויף, טאטע, און נעם אן דאס עסן וואס איך האב געפאנגען.‟
יצחק האט נישט פארשטאנען גלייך וואס דא קומט פאר. „ווער ביסטו?‟ האט ער געפרעגט. און עשיו האט לאנגזאם געענטפערט, אויסציענדיג יעדעס ווארט, „איך בין דיין זון, דיין בכור, עשיו.‟
„ניין!‟ האט יצחק אויסגעשריגן, נישט מיט זיין קול. „ניין! ווער ביסטו?‟ עשיו איז געווארן צעמישט א רגע, בשעת די אויגן ביים טאטן האבן זיך פארגלייזט און ער האט גערעדט צו זיך, „דיין זון, דיין איינציגער, דיין געליבטער, יצחק.‟ דער קאפ פונעם טאטן איז געפאלן אויף הינטערוויילעכטס, ביז ער איז געקומען צו זיך און ארויסגעזאגט שוואך פון מויל, „עמיצער איז דא געווען פריער און גענומען די ברכות… ס׳איז נישט וויכטיג ווער דאס איז געווען, נאר די ווערטער וואס יענער האט גענוצט ביים רעדן מיט מיר. איך האב געגעבן מיין הסכמה אויף יענע ווערטער. איך האב געגעבן מיין צושטימונג אויף יענע שרעקעדיגע זכרונות. איך האב געגעבן מיין הסכמה. ס׳איז דערנאך…‟
יצחק האט ווייטער גערעדט צו זיך, „און וואס האב איך אייגנטליך געטון מיט עשיו? איך האב ליב געהאט זיין אויפפירונג, איך האב ליב געהאט זיין עסן, האב איך אים קיינמאל נישט געפירט אין אברהמ׳ס וועג. האב איך נישט אליין געפירט מיין זון עשיו צו דער עקידה? בין איך נישט אליין שולדיג אין דעם וואס ער וועט ארויספאלן פון גאט׳ס בונד מיט די קינדער פון אברהם? „דיין זון, דיין בכור, עשיו‟ הערט זיך אזוי ענליך צו „דיין זון, דיין איינציגער, יצחק‟. זענען זיי טאקע ענליך? אדער זענען זיי גאר אנדערש? אויב זיי זענען נאר פונקט פארקערט, איז שוין דא עפעס גאר ענליך. איז נישט אפשר דאס גופא דער סוד פון דער עקידה, אויסצולערנען דעם מענטש אז דער זון איז נישט זיין אייגן פארמעגן, און ער זאל אים נישט אויסניצן פאר זיינע אייגענע תאוות?
עשיו האט אנגעהויבן שטארק וויינען, רייסנדיג ביים הארצן. ווי העלדיש עשיו איז געווען קעגן די חיות אין פעלד, אזוי הילפלאז איז ער געווען אין די יעצטיגע מינוטן. זיין בכורה איז פון אים אוועקגעריסן געווארן, נישט דעמאלט ווען ער האט עס פארקויפט פאר יעקב אנשטאט א טעפעלע לינדזן, נאר יעצט ווען דער טאטע האט דערקלערט אז ס׳איז דערנאך. די סצענע פון עשיו׳ס געוויינען איז זיכער געווען טראגיש, און דער טאטע האט אים אויך געגעבן א ברכה – אבער די טראדיציע פון אברהם און יצחק איז געשאפן געווארן דורך דעם יונגערן זון. (דער ארטיקל איז באזירט אויפ׳ן פירוש פון „לעאן קאס” אין זיין ספר „ראשית חכמה‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.