Yiddish with an Aleph

א שׂונה אָן אַ לאַנד

An Enemy Without a Country

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

די שיסעריי אטאקע אין סאן בערנארדינא, קאליפארניע, איז זייער א טרויעריגע, דערדריקנדע געשעעניש. ס׳איז נישט בלויז צוליב די צענדליגער אומשולדיגע מענטשן וואס האבן פארלוירן דאס לעבן אדער זענען ארויס צעקאליעטשט און פארקריפלט. אויף זיי איז א רחמנות און ס׳איז פשוט אזוי. נאר אין דעם, אין מענטשן דערמארדעט פאר קיין שום סיבה אויסער דעם אז די נערוון האבן זיך צעשפילט ביי א וואנזיניגן פארשוין מיט א ביקס, איז ליידער אין אמעריקע נישט קיין נייעס. אזוי טרויעריג ווי דאס איז, האט מען זיך שוין איבער די פאראייניגטע שטאטן ווי צוגעוואוינט צו דעם פענאמען פון מאסן שיסערייען.

שיסערייען אין אמעריקע זענען נישט קיין נאווינע. דער חידוש מיט דער געשעעניש שטעקט אין די שיסערס און זייערע מאטיוון. עטליכע מוסולמענער, אמעריקאנער בירגער, מסודר אינעם לעבן, אויסגעשולט, מיט ארבעט, איינגעגלידערט אין דער געזעלשאפט, האבן דורכגעפירט א טעראר אטאקע, אויפ׳ן נוסח פון פריער אין ארץ ישראל און שפעטער אין אייראפע.

ס׳האט נישט גענומען לאנג נאך דער אטאקע אז די אידענטיטעט פון די שיסערס זאלן ארויסרינען צו דער עפנטליכקייט. די נעמען פון מוסולמענער האט יעדן קלאר געמאכט נישט נאר ווער ס׳האט עס געטאן נאר אויך וואס דער ווארשיינליכער מאטיוו איז געווען. דעם לעכערליכן הסבר, וואס איז אין אנהייב ארויסגעשטעלט געווארן אז דאס זאל מעגליך האבן געקומען אלס רעזולטאט פון א געפעכט מיט מינוטן פריער, האט קיינער נישט אפגעקויפט. פארקערט, ס׳האט נאר באשטעטיגט דעם חשש. וועלכער מענטש מיט שכל איז דען גרייט געווען אפצוקויפן אזא נארישקייט, אז א גוט-פלאנירטע אטאקע, אין וועלכער די שיסערס זענען אנגעקומען גוט צוגעגרייט, נאך דערצו מיט באמבעס, איז געקומען ווי א אימפולסיווע רעאקציע צו א געפעכט ביי דער ארבעט מיט א שעה פריער?

באמת?

שוין מיט אלע באווייזן, און נאך דעם וואס די פרעסע האט דערווישט די פרטים וועגן די אנגעהעריגקייטן, קאנטאקטן, און אידאלאגיע פון די שיסערס, האבן די אויטאריטעטן נאך אלץ מיט ליכט „געזוכט דעם מאטיוו‟, וואס זאל האבן געטריבן די רוצחים דורכצופירן דעם אקט. אנדערע, אריינגערעכנט דעם „ניו יארק טיימס‟, האבן זאגאר באלד פארקירעוועט דעם שמועס צו דעם אלגעמיינעם וואפן-פראבלעם וואס פלאגט דאס לאנד.

אפילו שפעטער, ווען די רעגירונג האט זיך געבראכן צום ריזן לאסט פון מציאות און באווייזן און פארמאל אנערקענט אז דאס איז געווען אן איסלאמיסטישע טעראר אטאקע, האט זי פארגעזעצט צו חקרנ׳ען און זיך פשט׳לען צי די טעראריסטן האבן זיך אנגעקערט צו „אייסיס‟, אינספירירט געווארן פון „אייסיס‟, צי סתם אזוי אלגעמיינע איסלאמישע רוצחים, אן קיין סטעמפל אדער ספעציפישן שייכות אהין אדער אהער.

דער איסלאמישער טעראר בושעוועט אויף דער וועלט. ס׳איז שוין היינט זייער קלאר אז מיר שטייען ביים אנהייב, אדער שוין אינמיטן ברען, פון א נייער סארט גלאבאלער מלחמה אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם. אנהייב צי אינמיטן, האט די נעמליכע מלחמה זיך שוין אנגעהויבן. דער שונא איז נישט קיין לאנד מיט א מיליטער, נאר א געדאנק, א מאטא, א שגעון וואס פארשפרייט זיך צווישן מוסולמענער שנעלער ווי די כאלערע עפידעמיע אמאל. ס׳איז א מין קראפט וואס טרייבט מוסולמענער צו מארדן און שעדיגן. מיט די היינטיגע מיטלען פון טעכנאלאגיע און וואפנס, דארף אזא שונא נישט קיין הויפטקווארטיר, קיין צענטער, אויפזעער, אדער סיי וואספארא היערארכיע. דער ציל איז קלאר: פארניכטן די מערב וועלט און אויך יענע טיילן פון דער נישט-מערב וועלט וואס איז נישט אונטערגעווארפן דוקא דעם נוסח פון ראדיקאלן איסלאם. דער מיטל אנצוקומען צו דעם ציל איז אויך קלאר: אנזייען חורבן, שרעק און טעראר ווי און וואו נאר מעגליך.

זיצן די פירערס, די וועכטערס און סטראטעגיסטן, און קראצן זיך ביי די קעפ צי די אטאקע איז געקומען פון „אייסיס‟, אן אנדערע גרופע, אדער די רוצחים האבן געארבעט אויף דער אייגענער האנט. מ׳פארשט און מ׳נישטערט, און דערווייל גיט מען שטארק אכטונג נישט צו שפרינגען צו קיין פריצייטיגע מסקנות.

אזוי, מיט דעם נוסח, אויף דעם אופן, גייט די פאראייניגטע שטאטן קאנפראנטירן די נייע רעאליטעט פון טעראר אטאקעס איבער אירע גאסן? ס׳איז זייער קלאר אז די יעצטיגע שיסעריי איז נאר דער אנהייב. די מוסלולמענער אין אמעריקע זענען אין אלגעמיין מער איינגעגלידערט אין דער געזעלשאפט. אפגעטיילט פון יענעם טייל וועלט, אזיע, אייראפע און אפריקע מיט א ברייטן אקעאן, איז אין אמעריקע פאראן א בעסערער קאנטראל קעגן א מאסן אינוואזיע פון איסלאמישע רוצחים. דערפאר וועט דער איסלאמישער „גאסן טעראר‟ אהער אנקומען ווארשיינליך שפעטער ווי אנדערשוואו.

יא, עס וועט נעמען לענגער דער טעראר כוואליע אנצוקומען אהער. ס׳איז אבער זיכער אז די שאלה איז ווי לאנג, נישט ווען, דאס וועט געשען. די ערשטע סימנים פון דער אנלויפנדער עפידעמיע באווייזן זיך, און מיר זענען פארנומען זיך באקלערן צי ס׳איז די אדער גאר אן אנדערע ווערסיע פון דער כאלערע!

וויאזוי איז מעגליך צו געווינען די מלחמה אויב מיר זענען נישט גרייט צו אנערקענען אז זי איז דא? וויאזוי קענען מיר באקעמפן א שונא וועמען מיר זענען נישט גרייט אנצורופן ביים נאמען?

די אומוויליגקייט צו קאנפראנטירן דאס מציאות, צי אפהענטיגקייט וויאזוי עס צו באהאנדלען, איז זייער דערדריקנד, זייער באאומרואיגנד. אחוץ אויב מיר ווילן זיך נארן, זענען שאנסן פאר דער פרייער וועלט ארויסצוגיין ווי זיגערס היפש קליין.