יעדער פרומער איד איז באקאנט מיט דעם מנהג פון “שלאגן כפרות”, וואס באשטייט פון נעמען א הינדל, עס דרייען איבער’ן קאפ, און דערביי זאגן א באשטימטע תפילה. דער מאטיוו פון דער טראדיציע, ווי א צאל אנדערע אזעלכע מנהגים דורכאויס דעם ימים-נוראים סעזאן, קומט עפעס ווי אנדייטן אז די עבירות גייען אראפ פונעם מענטש און אריבער אויפ’ן הינדל – וואס ווערט געשאכטן און דאס פלייש געווידמעט א וואוילטעטיגן צוועק.
אין די לעצטע יארן, האבן צער-בעלי-חיים אקטיוויסטן זיך גענומען צו דעם מנהג און געלאזט אין גאנג א קאמפיין קעגן כפרות-שלאגן. פאראן אזעלכע וואס שרייען קעגן דעם “אוממענטשליכן” אופן ווי די מיט-מענטשן גלייכע הינדלעך ווערן באהאנדלט, בעת אנדערע שטערט דער מנהג זעלבסט. אזוי: ווילסט דרייען? טו עס מיט מענטשן; די הייליגע הינדלעך לאז למען השם צורו…
היי-יאר האבן די צער-בעלי-חיימ’ניקעס געפרואווט פועל’ן ביי דער פירערשאפט פון ניו יארק צו גענצליך פארבאטן כפרות-שלאגן. ווען די באמיאונגען זענען דורכגעפאלן, האבן זיך די אקטיוויסטן ארויסגעלאזט אויף די גאסן וואו כפרות-שלאגן ווערט אפגעראכטן. זיי שטעלן זיך אוועק מיט קאמערעס און שילדן און פרואוון אקטיוו שטערן די ארדענונג.
ס’איז נישטא פון וואס צו רעדן: זיי האבן א לעגיטימע טענה. די הינדלעך ווערן אין רוב פאלן ווירקליך באהאנדלט זייער אומ’רחמנות’דיג. זיי ווערן אריינגעקוועטשט אין שטייגן און ארומגעפירט, אפילו געווארפן, אן קיין טראפן חשבון פון דעם תורה’דיגן צער בעל חיים איסור. די הלכה פאדערט פון א איד נישט צו שאפן פאר בעלי חיים אומנויטיגן צער, און מיר אלע ווייסן אז די כפרות ווערן אפטמאל נישט געהעריג געפיטערט און די פארוואלטערס לאזן זיי זיצן אויף דער הייסער זון אן געהעריג אנטרינקען די ארעמע באשעפענישן.
אבער אזוי גערעכט ווי די צער-בעלי-חיימ’ניקעס זאלן נאר זיין, אזוי פארדרייט זענען ביי זיי די קעפ און געפילן. די דאזיגע לינקע אקטיוויסטן האבן שוין לאנג פארלוירן די באלאנץ צווישן נארמאל און שגעון, און אלץ וואס זיי טוען ווערט געטריבן פון די זעלבע אוממענטשליכע געפילן וואס זיי פארטיידיגן ביי באשעפענישן. דער ראדיקאלער ליבעראליזם איז דער זעלבער וואס פארשטייט אז מערדערס און פארברעכערס דארפן באהאנדלט ווערן מיט זיידענע הענטשיך, אבער פינאנציעלע וואל-סטריט שווינדלערס דארף מען הענגען אינמיטן מארק. די ליבעראלן זענען אויך די זעלבע וואס טרעפן יעדן לימוד זכות אויף טעראריסטן און וועלן מיט די לעצטע כוחות פארטיידיגן די “ארעמע, פארפאלגטע אראבערס” פון דער “אנגרייפערישער, קעמפערישער, אגרעסיווער” ישראל. זיי זענען אויך די וואס בלוטיגן אוועק פאר די רעכט פון באשולדיגטע רוצחים, און פארשטייען אז א לאנד איז מחוייב אויפצוגעבן איר אידענטיטעט לטובת דער עבודה זרה פון גלאבאליזם און מולטיקולטוראליזם.
ראדיקאל לינקס איז א שטארק אומבאלאנצירט פלאץ. דארט שרייט מיט קולות די אפוועזנהייט פון שכל און יושר, און אלץ ווערט דאמינירט פון אנטי און קעגן. יושר איז דארט ערזעצט געווארן מיט געפילן, וואס ווערן אויפגעשטורעמט פון קראקאדיל טרערן און דורכזיכטיגע טעאטער-שטיק. זיי זענען די זעלבע וואס פארשטייען אז ווען רוצחים מארדעווען און כוליגאנעס ווארפן שטיינער און צינד-באמבעס דארף דער שטארקער אנגעפאלענער אראפווארפן דאס געווער און מקבל זיין די שלעק און בלוט מיט גרויס אונטערטעניגקייט.
דער ראדיקאלער לאגער איז אויך דאס פלאץ וואו אזא קראנקהאפטער געדאנק, אז מעדיצין וואס קען ראטעווען מענטשליכע לעבנס טאר נישט ערצייגט ווערן אויב דער פראצעדור נעמט אריין אומבאקוועמע עקספערימענטן אויף מייז און ראטן. דער לינקער מוח פארשטייט אויך אז א לעגיטימער מיטל אינעם קאמף קעגן דעם “גענאציד” אויף בהמות און חיות פאר זייער פעל איז דאס אומברענגען די מענטשן וואס טראגן די קליידער וואס ווערן פונעם הויט אויסגעארבעט.
און די זעלבע ראדיקאלן, וועמענס אויסגעלינקטע הערצער גייט אויס פאר מיטלייד מיט הילפסלאזע באשעפענישן, וועט אין לעבן נישט איינפאלן זיך אפצושטעלן נעבן דעם הונגעריגן, היימלאזן מענטש ממש נעבן זיך און אים קויפן עפעס צו עסן אדער העלפן זיך שטעלן אויף די פיס. אלץ וואס זיי, די פארקערטע קעפ, ווייסן איז אנווארפן די שולד פון כל’ערליי פראבלעמען אין אלע מעגליכע ריכטונגען. ארויסשטעלן אלטערנאטיווע לעזונגען וועט זיי אין לעבן נישט איינפאלן, ווייל ס’איז נישטא וואו דאס אויסצוטראכטן. די קעפ זענען טעמפ און די הערצער זענען געווידמעט רחמנות אויף אכזרים.
יא, דער אופן ווי די כפרה-הינדלעך ווערן באהאנדלט דארף א תיקון. אבער נאך מער און א נאך גרעסערן תיקון אין די סאמע עלעמענטארע השגות פון מענטשליכקייט און נארמאלקייט דארפן די אומבאלאנצירטע צער-בעלי חיימ’ניקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.