Yiddish with an Aleph

ויהי בימי שפוט השופטים...

In the Days When Judges Ruled

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

ס׳איז געווען א צייט ווען ביי אידן האט געהערשט הפקרות און יעדער האט געטאן וואס אים האט געשמעקט און זיך געפירט ווי ער האט פארשטאנען. עס זענען ביי אידן געווען דעמאלט פירערס וואס זענען אין שפיץ פונעם פאלק, אבער יענע האבן זיך אפגעגעבן מער מיט כללית׳דיגע ענינים – בעיקר, קאלעקטיווע צרות און פראבלעמען. אויפ׳ן יחיד האט קיינער נישט געקוקט און יעדער האט זיך געפירט זיין ווירטשאפט ווי דיקטירט פונעם אייגענעם פארשטאנד.

רוב פון די געשיכטעס וואס זענען פאראייביגט געווארן אינעם תנ״ך, זענען געשעענישן וואס זענען געווען נוגע דעם גאנצן פאלק און לאנד. מיר לייענען וועגן מלחמות און די אויסווירקונגען – נצחונות און מפלות – וואס זיי האבן געברענגט, און מיר באקענען זיך מיט פארשידענע טיפן וועמען דער גורל האט געפירט צו שפילן שליסל-ראלעס ביים פאלק.

איז מערקווירדיג, אז די „קלענערע”, אזוי צו זאגן, עפיזאדן אויף וועלכע דער תנ״ך האט באשלאסן זיך יא אפצושטעלן זענען פון אויבנאויף מידערוויכטיגע, פשוט׳ע געשעענישן וועלכע האבן אבער געפירט צו וויכטיגע, מאנומענטאלע זאכן אין אונזער היסטאריע.

די פרשה מיט אלקנה און זיינע צוויי פרויען, חנה און פנינה, איז אזא ביישפיל פון די פסוקים זיך אפשטעלן אויף דעם באנאלן, טאג-טעגליכן לעבן פון איין משפחה. יענער עפיזאד ענדיגט זיך אבער מיט דעם אנהייב פון די נביאים. די געשיכטע מיט נעמי און רות איז נאך א דוגמא. עס רעדט זיך וועגן א פערזענליכער משפחה-טראגעדיע, וואס פירט אבער צום געבורט פון דוד המלך.

ביידע פון זיי זענען פאר זיך גארנישט אויסטערליש און נישט איבעריג אינטערעסאנט; ביידע געשיכטעס צייכענען אבער אן קריטישע ווענדפונקטן אין אונזער היסטאריע. די טראגישע געשיכטע מיט נעמי און אירע קינדער וואלטן אן דעם טויש אינעם גאנג פון די געשעענישן צום סוף נישט געווען מער ווי א טונקעלער דראמא אינעם אידיש-לעבן פון דעמאלט.

נאך עפעס: אין ביידע פאלן, מיט אלקנה און זיינע פרויען, און די געשיכטע מיט נעמי און רות, שפילן צווישנמענטשליכע באציאונגען א וויכטיגע ראלע. ביי חנה און פנינה זעט דער פסוק ווי וויכטיג זיך אפצושטעלן אויף די טשעפערייען און שטעכווערטער פון פנינה צו חנה׳ן. דאס זעלבע הייבט דער פסוק ארויס די איבערגעגעבנקייט פון רות צו איר שוויגער, און דערציילט מיט אלע פרטים ווי די מואב׳ישע פרוי האט בשום אופן נישט איבערגעלאזט איר שוויגער אין צייט פון נויט.

נאך א מערקווירדיגער שטריך מיט וואס די תקופה פון די שופטים צייכנט זיך אויס איז, אז די פירערס פונעם פאלק זענען נישט דוקא געווען גרויסע מענטשן. יפתח הגלעדי און שמשון הגיבור ווערן דורך די פסוקים אפגעמאלן ווי זייער געווענליכע מענטשן, מיט פשוט׳ע, וואכנדיגע השגות.

צי זענען דען ביי אידן אין יענער תקופה נישט געווען קיין גרויסע מענטשן? זיכער אז יא. מיר שטויסן זיך אין זיי אן דא און דארט און זיי געפינען זיך אויסגעווארפן צווישן די פסוקים פון שופטים און שמואל. דער מצב איז אבער געווען כאאס און ווען תוהו ובוהו דאמינירט דעם סדר היום, קען א געווענליכער אדם גדול נישט דינען אלס דער פירער. דער פראבלעם שטעקט נישט אין דעם, דעם גרויסן מענטש, נאר אין די אומשטענדן, אין דעם גייסט וואס באהערשט די, וועמען ער וואלט געזאלט דינען אלס וועגווייזער. חז״ל זאגן אז יפתח אין זיין דור איז פונקט אזוי חשוב אלס פירער ווי שמואל הנביא אין זיינעם, און טאקע דערפאר: דער פירער מוז פונקציאנירן לויט דעם מצב פון די וועמען ער דארף ווייזן דעם וועג.

אין אזעלכע צייטן, ווען ס׳הערשט א צעמישעניש און אומקלארקייט; ווען דער אויבנאן איז ליידיג איז די פירערשאפט פאלט אריין אין די הענט פון א צופעליגן יחיד, דעמאלט איז דאס וויכטיגסטע אז מענטשן זאלן זיך זארגן איינער פאר׳ן צווייטן. יעדער איז דעמאלט אחראי אויפ׳ן אייגענעם גורל און דער ציל פון יעדן יחיד דארף זיין זיך צו זארגן און ארויסהעלפן א צווייטן. פאר׳ן כלל איז במילא נישט שייך קיין סך אויפצוטאן, ווען קיין געהעריגע סטרוקטור איז נישטא. גרויסע, גוטע אידן קענען זיין בנמצא, אבער אויב כאאס דאמינירט דעם סדר היום קענען זיי ביים בעסטן ווילן נישט קיין סך אויפטאן.

ווען אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט שינעס, קען דערויף פארן א באן מיט א סך וואגאנען. אויף פשוט ערד קען מען אבער פארן נאר מיט איינציגע אויטאמאבילן.

פאראן אין אונזער צייט א פול-געפאקטער אויבנאן און צווישן זיי דערקענען זיך אויך גוטע אידן מיט די בעסטע כוונות. זיי קענען אבער נישט קיין סך ממשות׳דיגס טאן, ווייל זיי לעבן אין דער זעלבער צעמישטער תקופה אינאיינעם מיט׳ן רעשט פון אונז. יעצט איז די צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין. יעדער וואס פילט אז ער האט עפעס צו זאגן, וואס קען העלפן א צווייטן, זאל עס טאן. דערפאר האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט דעם אינטערנעט. אבער לאמיר שטעלן דעם טראפ אויף פאזיטיוויטעט און פרובירן טאן קאנסטרוקטיווע זאכן. א שאד צו בטל׳ן צייט און כוח אויף צו קריטיקירן און אראפרייסן. די באשולדיגטע און פארשרייטע קענען און וועלן זיך נישט טוישן. זיי ווייסן גארנישט מער ווי מיר אלע וואס צו טאן. ס׳הערשט א צעמישעניש אויף דער וועלט – נישט נאר אויף אונזער געסל.

לאמיר זיך געבן א האנט איינער דעם צווייטן; לאמיר אונטערשטעלן אן אקסל צום חבר. ס׳וועלן דערפון ארויסקומען גוטע זאכן.