באזוכנדיג אן ארטיגע ביבליאטעק אין ניו-יארק, האב איך מיטאמאל געהערט פון ערגעץ אינעם זאל ווי צוויי מענטשן שמועסן אויף אידיש איבער דער סטרוקטור פון א לעבעדיגן צעל. „דאס איז די מיטאכאנדריע,‟ האט עמיצער פון זיי געזאגט, „און איר פונקציע איז צו פראדוצירן די ענערגיע פונעם צעל‟. כ׳האב פארשטאנען אז יענע חזר׳ן זיך איין פאר א פארהער, און ביי מיר אין הארצן האט עס א קיצל געטון, סיי ווייל כ׳האב ליב די טעמע פון ביאלאגיע, און סיי ווייל כ׳בין מקנא די וואס חזר׳ן אויף פארהערן און געניסן פון דער אקאדעמישער ערפארונג.
הערנדיג ווי צוויי יונגעלייט רעדן ארויס די זיסליכע ווערטער פון ביאלאגיע אויף א היימישן אידיש, האט עס מיך געשטופט צו כאפן א בליק צו זייער זייט. איינער פון זיי איז געווען אנגעטון אין א ווייסן העמד, ווי געווענליך ביי חסידים, און דער אנדערער האט שוין אויסגעזען מער ווי א מאדערן יונגל, כאטש ס׳איז קענטיג געווען פון זיין אויסשפראך אז ער איז דערצויגן געווארן אין א שטרענג-חסידישער היים. כ׳בין ווייטער געזעסן אויף מיין פלאץ און זיך צוגעהערט צו זייער לערנען, ביז כ׳האב זיך מער נישט געקענט באהערשן און איך בין צוגעגאנגען זיי באגריסן.
„איר גרייט זיך צו א פארהער אין קלאס?‟ האב איך געפרעגט דעם „מאדערן-חסידישן‟ בחור. יענער האט געשאקלט מיט׳ן קאפ, און איך האב אים דערציילט איבער מיין אינטערעס אין דער טעמע, און אז זיין לערנען דערוועקט א בענקשאפט אין מיין הארץ. ווען איך האב אים געפרעגט אין וועלכן קאלעדזש ער לערנט, האט ער מיר געזאגט אז ער איז דערווייל נאכנישט אין קאלעדזש, נאר ער חזר’ט אויף צו באקומען א הויך-שול דיפלאמע (GED). איך האב אים געלויבט פאר זיין טריט און צוגעוואונטשן הצלחה. דערנאך האב איך זיך אויסגעדרייט און אוועק צו די ביכער-פאליצעס נישט ווייט פון זיי.
ווייזט אויס אז זיי האבן געמיינט אז איך בין אוועק פון דארט, ווייל כ׳האב מיטאמאל געהערט ווי זיי רעדן וועגן מיר. „ס׳איז זייער נישט שיין וואס ער האט געטון,‟ האט דער יונגערמאן אינעם ווייסן העמד געזאגט. „וואס א מין התנהגות איז דאס צוצוקומען צו א פרעמדן מענטש און אנהייבן אים אויספרעגן?‟ אויף דעם האט דער אנדערער געענטפערט, „ביסט נישט גערעכט. ער איז געווען אינטערעסירט אין דער טעמע, און איך פארשטיי אים.” יענער האט נאכדעם צוגעגעבן, „איך וואלט געטון די זעלבע זאך ווען איך וואלט געווען אויף זיין פלאץ.‟ דער יונגערמאן אינעם ווייסן העמד האט אבער נישט מסכים געווען מיט אים און זיך ווייטער גע׳טענה׳ט, „וואס הייסט דאס? וואלסטו געזען סתם א מענטש [א גוי] זאל קומען פרעגן עמיצן וואס ער לערנט, און פארוואס ער לערנט? פון וואו נעמט זיך די נייגעריגקייט? דאס איז נישט מענטשליך. ס׳איז בפירוש נישט „מענערד‟.
וואס מיינט איר האב איך געטראכט אין יענע מינוטן? כ׳האב נישט געוואלט דארט לאנג שטיין און כ׳בין ארויס פון ביבליאטעק, אבער די ערשיינונג וואס כ׳האב מיטגעהאלטן האט מיך געלאזט מיט אן אפן מויל. בעצם בין איך א חסידישער יונגערמאן פונקט ווי זיי, און מיר ווייסן ביידע אז אנקומען אין א קלאס-צימער נאכ׳ן גראדואירן פון ישיבה איז נישט פון די פאפולערסטע זאכן צווישן אונז. די תשוקה וואס מיר ביידע האבן איז די זעלבע. אויבנאויף זענען מיר אויך אויסגעשטעלט צו די זעלבע געזעלשאפטליכע פראבלעמען, און מיר געפינען זיך אין אן ענליכער סיטואציע אין לעבן. דאך זעט אויס אז דער יונגערמאן מיטן ווייסן העמד האט ערווארטעט אז איך זאל מיך אויפפירן צו אים, נישט ווי א איד צו א איד, נאר ענדערש ווי „סתם א גוי וואס זעט עמיצן חזר׳ן אויף א טעסט אין ביאלאגיע.”
דאס לייגט זיך אבער נישט אויפ׳ן שכל. פארוואס וואלט איך למען השם געדארפט פילן אזא פרעמדקייט צו אן אייגענעם, ווען מיר האבן באמת אזויפיל שייכות? דער תירוץ אויף דעם שטעקט מסתמא אין דעם טיפן קאמפלעקס וואס נעמט ארום טייל חסידישע יונגעלייט וואס זוכן א וועג ארויס פון דער היימישער וועלט. אינעם פרואוו צו ווערן „אנגענומען אין דער וועלט‟ מוטשעט מען זיך אנצושטעלן א פנים ווי א מאדערנער פון געבורט אויס, דורכ׳ן טראכטן כסדר „וויאזוי וואלט זיך אויפגעפירט אן אמת׳ער גוי ווען ער טרעפט זיך מיט א חסיד…‟ אויב א גוי וואלט נישט באגריסט א חסיד, דארף א חסיד מיט אן אפענעם קאפ אויך נישט באגריסן א חסיד, און ממילא קומט אויס אז דער וואס באגריסט יא דעם חסיד מוז געהערן צו יענע וואס קענען זיך נישט ארויסרייסן פון דער „אוממענטשליכער‟ התנהגות פון דער פרומער וועלט.
אין דער ערשטער מינוט האט עס מיך געברענגט צו לאכן, אבער א מינוט שפעטער האב איך געטראכט אז ס’איז אפשר טראגיש. אט איז א יונגערמאן וואס גייט נאך אנגעטון אין א חסידישן העמד, ער לערנט ביאלאגיע, ער האלט אין זיינע גאנץ ערשטע טריט צו דער וועלט, און ער זעט זיך שוין אין „מענטשליכע‟ נישט-חסידישע טערמינען, און ער האלט אז דער חסיד וואס אינטערעסירט זיך אין זיינע לימודים מוז זיין, נישט אנדערש, נאר א פרא-אדם וואס האט זיך נאכנישט אויסגעמענטשלט. ס׳איז א גרויסער שאד צו זיין אזוי אנגעגעסן אויף דער אייגענער געזעלשאפט, און דאס קען נישט צוגעבן צו דער הצלחה אין לעבן. אזעלכע מענטשן קענען זיך נישט רוקן פאראויס, ווייל זיי בלייבן שטעקן ערגעץ אין דער פארגאנגענהייט.
מיר רעדן נישט דא וועגן אידן וואס ווילן זיך באמת אסימילירן, אבער איך מיין דאך אז פאר די וואס פארשן די ערשיינונג פון אסימילאציע אינעם פאריגן יארהונדערט, מיט די קאמפלעקסן וואס דאס האט אויפגעברענגט ביי אידן, וועט קענען זיין אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף דעם אופן וויאזוי ס׳פירן זיך היינט אויף פארשידענע חסידים, נאכדעם וואס זיי באטראכטן זיך ווי אויפגעקלערט. די שנאה און פארביסנקייט וואס ווערט געשאסן קעגן דער חרד׳ישער וועלט מצד די אפענע קעפ איז אפטמאל דורכגעזאפט מיט א טיפן זעלבסט-קאמפלעקס, און אן איינרעדעניש אז פון דער רגע וואס מ׳האט זיך איינגעשריבן אין א קאלעדזש, אדער אפילו בלויז אפגעליינט א ביכל אדער צוויי, איז מען שוין פטור פון דעם אנשיקעניש.
איך האב א שכן וואס וואוינט נאנט פון מיין הויז, ער זעט מיר אויס צו זיין פון די וואס האבן נישט ליב די באגרעניצונגען פון דעם חרד׳ישן סיסטעם, און ווען ער גייט מיך פארביי גיט ער קוים א קוק צו מיין זייט. גוט, איך גלייב אז ווען ער זעט מיין שווארץ רעקל און די פלאטערדיגע פיאות ביי די זייטן, איז ער זיכער ביי זיך אז איך קלער מיר אלדאס שלעכטס וועגן אים, און אז איך האלט אים פאר דעם גרעסטן שייגעץ אין דער וועלט. דאס איז טאקע א שאד, און למעשה בין איך נישט זיכער אז איך אליין לייד נישט אמאל פון דעם קאמפלעקס ביים אנטרעפן אנדערע חסידים. סוף כל סוף לעבן מיר אין א געזעלשאפט וואס פאראורטיילט שטארק יעדע אוועקנויגונג פונעם דרך-המלך, און מיר קענען זיך פילן אומבאקוועם איינער פונעם אנדערן, אבער אז די פרעמדקייט זאל אנהאלטן אויך ווען מ׳טרעפט זיך אין א שמועס איבער די ארגאנעלן פונעם צעל, דאס צייגט שוין אויף א ממשות׳דיגער פארהאנקערונג.
איך וואלט געראטן אלע חסידישע אידן וואס זוכן אן אלטערנאטיוו צו דעם פארמאכטן לעבן, אז זיי זאלן פשוט אנהייבן אונטערזוכן די גרויסקייט פון דער וועלט וואס גאט האט באשאפן, אן דעם וואס מ׳זאל פרואוון צו אנטלויפן פונעם אייגענעם שאטן. מ׳דארף נישט זיין אריינגעגעסן אין דער אייגענער כריין, נאר שפאנען ווייטער פאראויס אין לעבן. די אוצרות פון וויסנשאפט, קונסט און קולטור, שפראכן פון פעלקער, עטנישע פנים-אויסדרוקן, לידער און מוזיק, זיי אלע שטעלן פאר א וועלט מיט וואונדער וואס מיר קענען אריינברענגען צו אונזער שבת-טיש. נאר אויב וועט מען אויסווארטן ביז מ’וועט קודם אראפשאקלען פון זיך דעם עבר, וועט שוין משיח פריער קומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.