Yiddish with an Aleph

פארמאגט סאטמאר א סטראטעגיע פאר׳ן אידישן פאלק?

Does Satmar Have Any Strategy For the Jews?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images
ביבי נתניהו

אין אמעריקע גרייט מען זיך יעצט צו דער רעדע פון ביבי נתניהו, וואס איז געקומען צופליען פון ארץ-ישראל כדי אויפצוטרעטן פאר׳ן קאנגרעס, אויפצוקלערן ווי שעדליך ס׳איז דער אפמאך וואס דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן וויל דורכפירן מיט איראן, וועלכע קען שטעלן אין סכנה די פרייע וועלט בכלל און דאס אידישע פאלק בפרט.

ווי מיר ווייסן האט די רעדע אנגעמאכט א שטורעם ווי ס׳דארף צו זיין, צוליב דעם וואס ביבי האט נישט געפרעגט קיין רשות פון אבאמא איידער ער האט געמאכט דעם פלאן צו קומען איבערגעבן זיין מעסעדזש פאר׳ן קאנגרעס, און כאטש זיינע קריטיקער באשמוצן אים דערפאר מיט כל-ערליי טיטלען, איז אבער קלאר אז דאס איז זייער א היסטארישער מאמענט וואס פאסירט פאר אונזערע אויגן.

היות אז ס׳קאכט זיך אזוי איבער א אידישן ענין איז דאך נישט מער ווי נאטירליך צו ערווארטן אז מערערע אידן זאלן האבן עפעס א מיינונג דערויף. איינער וועט האלטן אז ביבי שטעלט אין סכנה די אידן אין גלות, בשעת די אנדערע וועלן האלטן אז ס׳איז פונקט פארקערט. מ׳קען זאגן אז ס׳איז נישט דאס ערשטע מאל וואס כלל ישראל איז צעטיילט אין פאליטישע פראגעס, און ס׳שאדט נישט אז מ׳אמפערט זיך אביסל.

איז מיר אויסגעקומען פונקט צו שמועסן מיט א היימישן כולל-יונגערמאן, האב איך געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן איבער דער טעמע. דער יונגערמאן וואס כ׳האב געטראפן איז נישט איינער פון יענע וואס טרינקען קאוועס טאג און נאכט אין פאליש, נאר דאס איז א יונגערמאן וואס ליגט אין לערנען א גאנצן טאג, אבער דערצו איז ער אויך זייער בא׳טעמ׳ט ווען ס׳קומט צו כאפן א שמועס אין זייטיגע צייטן. איך האב נישט ערווארטעט אז ער זאל האבן א מיינונג איבער א פאליטישער טעמע, ווייל זיין קאפ שטייט נישט ביי די זאכן, אבער כ׳האב כאטש געהאפט אז ער זאל וויסן אז עפעס קומט פאר.

למעשה האט דער יונגערמאן נישט געוואוסט וועגן וואס איך רעד, און ס׳איז מיר אויך נישט געווען קיין איבערראשונג. כאטש יענער איז זייער אן אפענער, ער האט ליב צו שמועסן איבער טעמעס וואס זענען נישט נוגע דירעקט דעם לערנען, ווי למשל איבער שניי און רעגן, היץ און קעלט, איבער פארשידענע נייע שולן וואס בויען זיך, איבער רבנים און רבי׳ס, שידוכים און חתונות, און נאך א סך אזעלכע זאכן. ווייזט זיך אבער אויס אז די פאליטיק פון דער גוי׳שער וועלט איז צו פרעמד אז דאס זאל בכלל קענען טרעפן א וועג צו אן ערנסטן כולל יונגערמאן. ער האט אפילו נישט געוואוסט אז איראן פרובירט צו פארשאפן א נוקלעארע באמבע (אויב ער האט געוואוסט וואס דאס מיינט…).

זענען אלע חרדישע אידן אזוי אומוויסנד ווען ס׳קומט צו פאליטיק? אודאי נישט. גייט איר אריין אין מקוה אין א גרינעם פארמיטאג, וועט אייך אויסקומען צו הערן די פאליטיק פון דער גאנצער וועלט, פון איין עק כדור הארץ ביז צום אנדערן, און איר וועט אפילו קענען הערן גענויע אנאליזן וואו די וועלטס-פירער זענען זיך טועה און מיט וואס זיי וואלטן געדארפט אנדערש האנדלען. איי, וואלטן נאר יענע וועלטס-פירער צוגעהערט די מיינונגען פון די מקוה-אידן, ווי גוט וואלט דאן געווען… ובכן קען מען נישט זאגן אז די חרדישע אידן זענען טאקע אומוויסנד, אבער מ׳קען יא זאגן אז אין אלגעמיין האנדלט זיך עס וועגן אן אַפאליטישער גרופע. דאס ווארט „אַפאליטיש‟ מיינט אז ס׳איז באמת אינדרויסן פון פאליטיק.

די אלצווייסערס רעדן טאקע וועגן פאליטיק, אבער נאר וויבאלד ס׳איז א גוטע טעמע ביים קראצן זיך די פיס, דאך אויב קומט עפעס פאר אין דער אייגענער חרדישער וועלט איז עס זיכער וויכטיגער צום שמועס ווי עפעס וואס קומט פאר אינדרויסן צווישן די גויים. אפילו ביי די גרויסע מקוה-זיצערס איז קיין ספק נישט אז די פראגע פונעם באבוב׳ער דין-תורה איז פיל וויכטיגער ווי די נוקלעארע באמבע פון איראן. לאמיר זיך נישט נארן, ביז צו אונז אין אמעריקע וועט דאך איראן זיכער נישט ווארפן קיין אטאם-באמבע. איז צו וואס זאלן מיר זיך זוכן אומזיסטיגער קאפווייטאג?

די כולל יונגעלייט און בני תורה געהערן צו דער סמעטענע פון דער געזעלשאפט, זיי שטעלן פאר דעם אידעאל פון דער חרדישער וועלט, און אויב קען זיך נאר מאכן אז בית-מדרש אידן זאלן נישט וויסן וועגן די ברענענדיגסטע פראגעס וואס פלאגן דעם אידישן פאלק אין אונזער צייט, צייגט דאס אז נישט געקוקט ווי שטארק מ’זאל זיך אינטערעסירן אין מקוה אין דער וועלטליכער פאליטיק, טרעפט עס בכל אופן נישט קיין מקום אין בית-מדרש. פארוואס זאל מען בכלל אויפברענגען די נעמען פון גויים צווישן די הייליגע ווענט פונעם בית-מדרש? און פארוואס זאל מען זיך פארפלעקן די נשמה מיט די געמיינע נייעסלעך וואס קומען פון דער גרויסער וועלט?

***

איך האב חלילה נישט קיין טענות צו דער אָ הייליגקייט אויף איר עקשנות צו בלייבן פארהילט אין א טלית פון קדושה. דער אפיציעלער מעסעדזש פון „נטרונא‟ קעגן ציוניזם איז טאקע דאס גופא, אז „ציוניזם איז א פאליטישע באוועגונג – בשעת אידישקייט האט מיט פאליטיק קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות‟. פאליטיק, זאלט איר וויסן, איז כשר נאר דעמאלט ווען מיר ווילן פארזיכערן אז די רעגירונגס-פראגראמען זאלן אנקומען צו אונז בשלום, און ס’זאל נישט פארבלאנדזשעט ווערן ערגעץ אינמיטן וועג, אדער ווען מיר ווילן זיכער מאכן אז די מוסדות באקומען די נויטיגע פאנדן וואס זיי דארפן כדי צו קענען אנגיין. אבער צו ניצן פאליטיק איבער אזעלכע מאטעריעלע ענינים ווי פארהיטן אידן אויף א מאסיוון פארנעם? טפו!…

דער בירגערמייסטער פון קרית-יואל האט פארעפנטליכט אן אפיציעלן בריוו צום קאנגרעסמאן פון זייער דיסטריקט אין ניו-יארק אז ער זאל נישט גיין הערן די רעדע פון נתניהו. אן ענליכער בריוו האט אויך צעשפרייט דער ראש-הקהל פון סאטמאר-וויליאמסבורג. היות דא האנדלט זיך נישט פון בלויז אן אינערליכע מדינת-ישראל פראגע, נאר פון עפעס וואס איז נוגע דער זיכערהייט פון די מיליאנען אידן אינעם הייליגן לאנד, וואלט איך געהאפט אז די וואס האבן צעשיקט די בריוו צום קאנגרעסמאן זאלן האבן כאטש עפעס באקאנטשאפט אין פאליטיק. דער אמת איז אבער אז זיי האבן די „טיף-פאליטישע” בריוו ארויסגעשיקט, נאר ווי א טייל פון דער אַפאליטישער סטראטעגיע, וואס איז קעגן דעם „פאליטישן ציוניזם‟…

איך וויל מיך דוקא נישט באציען צום עצם ענין, צי נתניהו איז גערעכט מיט זיין יעצטיגן אויפטריט אין קאנגרעס אדער נישט, נאר איך וויל בלויז פארשטעלן אפאר פראגעס פאר אונזערע טייערע פאליטיקאנטן וואס האבן צעשיקט די דערמאנטע בריוולעך. צי ווייסט איר אפשר אז אנטיסעמיטיזם איז איינער פון די גרעסטע פאליטישע אידעען היינט צוטאגס? צי ווייסט איר אז כלל-ישראל איז אומגעקומען בעת׳ן היטלער-חורבן, נישט נאר צוליב דעם וואס דער גרויזאמער נאציסטישער פאליטיקאנט האט פיינט געהאט אידן, נאר אויך צוליב דעם וואס דאס אידישע פאלק האט נישט גענוצט די ריכטיגע פאליטיק אין די יארן איידער די סכנה איז אנגעקומען? די ציוניסטישע „פאליטישע‟ באוועגונג האט גערופן צו אנטלויפן קיין ארץ-ישראל, בעת די חרדישע „פאליטישע‟ באוועגונג האט געגלייבט אין פאסיוויטעט. ווער פון די צוויי איז גערעכט געווען?

גלייבט מיר, אין מיין שרייבן שטעקט נישט חלילה א טראפעלע שנאה, נאר זארג און הארץ-עסעניש. יעדער ריר וואס כלל ישראל נעמט אן אין אונזער צייט איז פארבינדן מיט פאליטיק, צי מיר ווילן יא אדער נישט, ווייל דער פאליטישער אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט פון אלע זייטן מיטן ציל אונז צו פארלענדן חלילה. אונזער רעאקציע קען קומען אין פארעם פון אויפטרעטן פאר׳ן קאנגרעס, אזוי ווי אסתר המלכה האט בשעתו געטון מיט׳ן אויפטרעטן פאר׳ן קעניג אחשוורוש (אין א דעמאקראטישער רעגירונג איז קלאר אז דער קאנגרעס קען באטראכט ווערן ווי דער מלך, נאך מער ווי דער פרעזידענט), אדער קען עס קומען אין דער פארעם פון שיקן בריוו צו קאנגרעסלייט אז זיי זאלן נישט אויפנעמען דעם אידישן פירער. ביידע רעאקציעס זענען פאליטישע רעאקציעס, נאר די ערשטע קומט פון א מענטש וואס האט א טיפע ערפארונג אין אויסערן-פאליטיק, און די לעצטע קומט פון א גרופע וואס דערקלערט זיך אפיציעל צו זיין אינדרויסן פון פאליטיק.

יא, מ׳קען זאגן אז די סטראטעגיע וואס סאטמאר נעמט אן אין פראגעס וואס זענען נוגע מדינת ישראל שטאמט פון א תמימות׳דיגער גלות-סטראטעגיע, מ׳קען זאגן אז ס׳איז שטארק שמאלקעפיג, אבער אין דעם פאל איז עס אויך סכנה׳דיג. אויב וויל מען נישט האבן צוטון מיט פאליטיק, קען מען בלייבן אינדרויסן און נישט זאגן גארנישט, העכסטנס קען מען מפרסם זיין א כרוז אז „נתניהו קומט נישט אין אונזער נאמען‟ (אן בארירן דעם עצם פראגע צי ער טוט ריכטיג אדער נישט), אבער אז מ׳שיקט בריוו צו קאנגרעסלייט קעגן נתניהו איז עס שוין אן אקטיווער שריט וואס פאדערט ענדלאזער שיקול הדעת אין פאליטיק, און ס׳איז קלאר אז מיר פארמאגן דאס נישט צווישן אונזערע רייען.

פאליטיק אין דער זייט געלייגט, ווען ס׳זאל חלילה זיין א סכנה פאר אידן אין אמעריקע וועלן מיר אלע אנטלויפן קיין ארץ-ישראל, ווייל די פיס פאדערן נישט קיין באהאוונטקייט אין פאליטיק. נאר אויב מיר ווילן כאטש דערווייל מאניפולירן געשיכטע לויט אונזער אייגענעם פאליטישן פארשטאנד, וואלט איך געפאדערט פון סאטמאר צו שיקן זייערע רבנים זיך איינהאנדלען א דאקטוראט אין פאליטישער וויסנשאפט. ביז אהין בעט איך זיי, רירט נישט צו דארט וואו ס’ווארפן זיך אטאם-באמבעס אונטער די פיס…