ביי איינע פון מיינע נסיעות קיין ארץ-ישראל איז מיר אויסגעקומען צו זיין איבער שבת אין גוש עציון, צווישן די בערג פון יהודה און שומרון.
דאס הויז וואו איך בין איינגעשטאנען איז זיך געזעסן צווישן די פילע בערג, און די טעראסע הינטערן שטוב האט מיר געשאנקען אן איבערבליק אויף דער הערליכער לאנדשאפט וואס האט אויסגעבריט דאס אידישע פאלק מיט טויזנטער יארן צוריק. דער בארג פון חברון האט זיך געזען פונדערווייטנס, און א וועג פון אפאר טויזנט יאר אלט ציט זיך פון חברון ביז ירושלים, פארבייגייענדיג גלייך נעבן דעם יישוב וואו איך האב מיך אויפגעהאלטן איבער שבת.
מיין גאסטגעבער האט מיך גענומען אויף א שפאציר ארום דעם יישוב, און מיר האבן באגעגנט אן אראבישן פאסטוך וואס האט געפאשעט זיינע שאף אין דער באגלייטונג פון א פערד. מיר האבן אים באגריסט און זיך געוואונטשן אז ס’זאל אין גיכן זיין שלום אין לאנד. דער אראבער האט זיינע אויגן אויפגעהויבן צום הימל, ווי ער זאל זאגן “הלואי”. ער האט ארויסגעוויזן א שטארקע פריינדליכקייט, און אפילו גרייט געווען זיך צו פאטאגראפירן מיט מיר.
שפאנענדיג ווייטער אין וועג האבן מיר דערזען א הויכן שטיק פעלז ביי דער זייט פונעם וועג, וואס די רוימער האבן אוועקגעשטעלט מיט טויזנטער יאר צוריק, כדי אנצוצייכענען וויפיל מיל ס’איז נאך דא צו גיין ביז ירושלים. היות אז דאס איז געווען דער אפיציעלער וועג וואס האט געפירט פון ארומיגע שטעט ביז ירושלים, האט דאס נאטירליך געדינט די הונדערטער טויזנטער עולי רגל, וואס האבן בשעתו געשטראמט קיין ירושלים פאר יעדן יום-טוב. צוליב דער סיבה זענען פאראן מערערע מקוואות אונטערוועגנס, כדי צו ערמעגליכן די רייזנדע זיך צו רייניגן איידער זיי קומען אן קיין ירושלים. די מקוואות וועלכע איך האב געזען האבן געהאט צוויי רייעס פון טרעפ מיט א מחיצה אינדערמיט, כדי אפצוטיילן צווישן די טמא’נע וואס גייען אריין און די ריינע מענטשן וואס קומען ארויס פון מקוה.
אז איר זעט דאס, פילט איר מיטאמאל ווי דער מרחק צווישן אונז און די אבות פאלן אינגאנצן אוועק. ס’ווילט זיך אייך נאר אריינגיין אין דער מקוה, און פילן דעם גייסט פון טהרה וואס אונזערע עלטערן האבן געפילט אויף גענוי דעם זעלבן פלאץ מיט אזויפיל יארן צוריק. ווען נישט וואס איך בין אן אמעריקאנער מפונק וואס דערשרעקט זיך פון וואסער וואס פארמאגט א ברוינליכן פארב, וואלט איך גאנץ זיכער געכאפט דארט א טבילה.
נאר דער עיקר פון אלעמען איז וואס מיין גאסטגעבער האט מיר געוויזן דירעקט פון דער טעראסע אין שטוב. “דו זעסט דעם בארג פון דער רעכטער זייט?” האט ער מיך געפרעגט, “אט דאס איז די געגנט וואס האט מיט יארן צוריק געהייסן ‘בית זכריה’ און איז נאך ביזן היינטיגן טאג פארגעדענקט ביי די אראבער ווי ‘חירבת זכריה’ (די חורבה פונעם דערפל זכריה). נישט ווייט פון דעם בארג, דאס הייסט גלייך דא קעגנאיבער אינעם טאל, איז פארגעקומען דער צוזאמענשטויס פון אלעזר מיטן גרויסן העלפאנד, ביי וועלכן אלעזר איז באגאנגען זעלבסטמארד, כדי צו קענען אוועקלייגן דעם גריכישן מיניסטער וואס האט דארט געריטן מיט זיין מיליטער”.
איך האב מיך איינגעקוקט אויף יענעם פלאץ, זעענדיג אידישע וויינגערטנער וואס בליען גאנץ נאנט פון דארט, און א מיליטערישע באזע וואס איז פלאצירט אביסל אהינצו, און א סקרוך פון התרגשות איז מיר דורכגעלאפן אין די ביינער. אט אויף דעם פלאץ האט דער נס חנוכה פאסירט מיט נאנט צו צוויי א האלב טויזנט יאר צוריק, און אט אויף דעם פלאץ שטייט ווידער א אידישע מיליטערישע באזע, און אידישע קינדער פלאנצן ווידער טרויבן, פונקט ווי דעמאלט, נאכ’ן זיג פון די חשמונאים.
אויף דעם פלאץ האבן זיך אנגערוקט די מאסן פונעם סירישן מיליטער מיט שווערע מחנות פון העלפאנדן. פון די ארומיגע בערג האבן זיך די איינוואוינער פון יהודה אומגעקוקט מיט שרעק אויף די חיילות פון אנטיוכוס (אפשר זענען גאר געשטאנען אידן אויף גענוי דעם זעלבן פלאץ וואו איך בין געשטאנען, און זיי האבן אראפגעקוקט אהין אין טאל), און ווען זיי האבן דערזען ווי אלעזר, דער זון פון מתתיהו, לויפט צו צום גרעסטן העלפאנד און שטעקט אריין זיין שווערד אינעם בויך, איז ביי זיי זיכער פארלאפן דעם אטעם. דא אויף דעם פלאץ האט זיך אנגעהויבן דער נס, וואס האט דערפירט צו אידישער זעלבסטשטענדיקייט, און אויף דעם פלאץ פאסירט דאס נאך אלץ… בימים ההם בזמן הזה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.