אונזער לעבנס-שטייגער, פון אנהייב ביז’ן סוף, איז לכתחילה אוועקגעשטעלט אויף א מהלך פון בדיעבד. ס’איז אזוי מיט כמעט אלעם איז לעבן, אנגעהויבן פון דעם חינוך, פרנסה, מיט’ן גאנצן הלוך ילך פון אלעם אינדערצווישן.
די קינדער ווערן מחונך מיט זאכן וואס זענען צום מערסטנטייל זיי נישט נוגע. די זאכן וואס זיי וועלן יא דארפן קענען, דערוויסן זיי זיך קיינמאל. דער איבערוויגנדער רוב פון אונזער יונגלעך, וועלן צום סוף נישט בלייבן ביים לערנען. וואלט דער שכל געזאגט, אז זיי זאלן אויסגעשולט ווערן צו דעם לעבן, וואס זיי וועלן למעשה פירן – די יסודות פון דער שפראך און אנדערע לימודים וואס עמיצער אין דער היינטיגער סביבה מוז קענען, כדי צו שטעלן די ערשטע שריט אין לעבן.
אפילו די וואס וועלן יא בלייבן ביים לערנען, באקומען אויך נישט די דערציאונג וואס פעלט זיך אויס פאר א תורה’דיגער קאריערע. די וואס ענדיגן צום סוף אלס דיינים און מגידי שיעור, לערנען זיך אלעס וואס זיי דארפן קענען הערשט שפעטער אין לעבן. אין חדר און ישיבה לערנט מען זיך נאר וויאזוי אפצולערנען א בלאט גמרא.
די מיידלעך פארברענגען די יארן מיט’ן לערנען געאגראפיע, מאטעמאטיק, און אלע אנדערע טעמעס וואס זיי וועלן קיינמאל אין לעבן נישט דארפן נוצן אין ערגעץ. די יונגלעך, ווידעראום, פארברענגען די בעסטע יארן מיט’ן זיך זיך אויסלערנען מער-ווייניגער א סך גארנישט. אויף וויפיל ס’איז נוגע כמעט אלע פון זיי, איז גענוג צו קענען לשון-קודש, עברי, די הלכות וואס זענען נוגע אין טאג-טעגליכן לעבן, און די מעגליכקייט אפצולערנען א בלאט גמרא. פונעם גאנצן סדר און אלע יארן אין מוסד, איז דאס ביסל דאס איינציגע וואס איז נוגע.
די אלע זאכן וואס זיי וואלטן יא געדארפט קענען – אנגעהויבן פון פשוט מידות, מענטשליכקייט, באציאונגען מיט אנדערע מענטשן, און די אלף בית פון דער אמעריקאנער ביזנעס-וועלט – פון דעם באקומען אונזערע קינדער נישט אפילו קיין שמעק לשם יוצא זיין. ווער רעדט שוין פון די פונדאמענטאלע מענטשליכע נויטווענדיגקייטן, ווי דאס פארשטיין זיך אליין, וואס מען פילט און וויאזוי אויסצודריקן וואס מען פילט. אפילו אידישקייט באקומען אונזערע קינדער ווייניגער ווי ביי כמעט אלע סעקטארס פון כלל ישראל, אריינגערעכנט די טראדיציאנאלע, גאר מאדערנע קרייזן.
הייבט מען אן דאס לעבן נאך דער חתונה, אין וועלכן מען טרעט אריין מיט’ן תמימות און אומוויסן פון א קינד וואס האלט ביים שטעלן די ערשטע טריט אויף די אייגענע פיס. א פיצלס וואס האלט אינמיטן אויסוואקסן, קריכן, האט כאטש געטרייע עלטערן, וואס האלטן עס אונטער און העלפן עס זיך שטעלן אויף די פיס. ווי דערוואקסענע זענען מיר אבער אומבאהאלפן ווי פארלאזטע וואלד-קינדער.
פארלאזט, ווייל קיינער קען דיך במילא נישט העלפן. וואלד-קינדער, ווייל מיר זענען נישט אויסגעשטאט מיט די סאמע עלעמענטארע ידיעות וויאזוי צו רעדן צו אנדערע. אלעס וואס מיר ווייסן וועגן זיך איז, אז מיר זענען שלעכט און זינדיג; אלעס וואס מיר ווייסן וועגן אנדערע איז אז יענע זענען שלעכט און שעדליך. די וועלט איז א בדיעבד, און ס’איז קלאר אז מיר זענען דא אראפגעקומען צו זיצן אויף הייסע קוילן און פשוט “דורכשוויצן” א תקופה וואס באשטייט בלויז פון נסיונות און דורכפעלער.
אויסקומען מיט’ן לעבן אויף א גראדן צדק-יושר’דיגן אופן איז כמעט אוממעגליך. א שאד צו ווייזן אויף דעם אדער יענעם אויסנאם, וואס זאל אנגעבליך עס יא האבן באוויזן. דעם אמת ווייסן מיר אלע ביי זיך, אפגעזען וואס מיר זאגן אנדערע און אפילו זיך אליין.
קינדער וואס ווערן נישט מחונך, צו א לעבן אוועקגעשטעלט אויף יסודות וואס שווימען ווי אינזלען אויף ווילדע וואסערן, צו טאן זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן פון קיין איינציגן פערספעקטיוו, אריינגערעכנט יהדות, צו וועלכן מיר ווערן לכתחילה נישט מחונך.
אזא פארמולע, אויף וויפיל אונזער כאאטישער לעבן קען אזוי באצייכנט ווערן, איז שלעכט. מען קען אבער נישט באצייכענען אלס „שלעכט‟ א ציבור וואס באשטייט על פי רוב פון גוטע מענטשן מיט די גוטע כוונות. וואספארא ברירות האבן דען די עלטערן? וואספארא ברירות האבן שפעטער די קינדער?
אבער אז עס טויג נישט איז קלאר. דער פראבלעם איז אבער אז קיינער מיינט נישט שלעכט, און דערפאר איז שווער צו פועל’ן ביי זיך אז מען לעבט פאלש און קרום. און דא ליגט דער הונט באגראבן. מיר ווייסן אז מיר זענען גוט און מיינען נישט שלעכט, און עס וויל זיך נישט טראכטן אז מיט דעם אלעם לעבן מיר אויף א פעלערהאפטיגן אופן. מיר לעבן אבער לכתחילה בדיעבד; אזוי ארום שפארן מיר איין דאס דארפן מאכן א נארמאלן חשבון איבער אונזער הלוך ילוך דאהי, אויף דער וועלט.
רבותי, אויפריכטיגע קריטיק כלפי זיך אליין ווערט נישט אייביג געטריבן פון שנאה. ס’האט נישט מיט אויפגעקלערטקייט אדער רוגזה. ס’איז נישט קיין חילוק ווער עס זאגט די אלע זאכן. פרעגט זיך אליין, שטילערהייט, אן דעם וואס עמיצער זאל הערן: איז עס אמת, צי נישט? אנערקענען דעם טעות איז דער ערשטער טראט צו א תיקון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.