Yiddish with an Aleph

דער הייליגער בארג: א מסוכנ'ער שפיל

The Holy Mount: A Dangerous Game

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images

אין די לעצטע וואכן הערט מען רעדן וועגן א קאמף אויפ’ן הר-הבית, און דערווייל קומען שרעקליכע בשורות פון ירושלים. ס’זענען פאראן אזעלכע וואס פארדאמען די הר-הבית אקטיוויסטן, טענה’נדיג אז זיי וועלן זיך נישט קענען ריינוואשן פונעם פארגאסענעם בלוט, בשעת אנדערע שרייען אז מ’טאר אזוי נישט רעדן, ווייל דער אמת’ער שולדיגער אין א פארברעכן איז שטענדיג נאר דער רוצח אליין. כ’האף אז עמיצן אינטערעסירט צו הערן וואס ואיה וענה האט צו זאגן אויף דעם, כאטש ווי קליין און נישטיג ער איז, מיט א נארישן שכל.

אין דער תורה איז געשריבן אז ביים אריינקומען אין לאנד זאל מען אויסווארטן ביז ס’ווערט רואיג מיט די שכנים ארום און ארום, און ערשט נאכדעם זאל מען בויען א בית-המקדש (זע רש”י אין דברים: יב, י-יא). למעשה האט עס געדויערט עטליכע הונדערט יאר (!) ביז אידן האבן דערגרייכט רואיגקייט אין דער צייט פון דוד המלך, און ביז דעמאלט האט מען געברענגט די קרבנות נאר אין א משכן, וואס האט געדינט ווי א פראוויזארישער בית-המקדש. ווען דוד האט געפילט אז די רואיגקייט אין לאנד איז ענדליך א דויערהאפטיגע, האט ער באלד גענומען טראכטן וועגן אויפבויען א הויז פאר גאט, און ער האט צו דעם צוועק אפגעקויפט א שטיק בארג אין ירושלים פון א כנעני’שן מענטש.

אויך נאכ’ן אפקויפן דעם בארג מיט געלט (נישט מיט קאמף), האט גאט געשיקט צו אים דעם נביא נתן, און אים געהייסן אפשטעלן די ארבעט. „איך וויל נישט אז דו זאלסט פאר מיר בויען,‟ האט דער נביא געזאגט אין נאמען פון גאט, „ווייל דו האסט צופיל בלוט פארגאסן אויף דער ערד…‟ דער בנין אויף וועלכן שלמה המלך וועט שפעטער אויסרופן, אז דאס איז דער אוניווערסאלער צענטער פאר יעדן מענטש און יעדן בירגער פון דער גארער וועלט, וואלט לויטן נביא געווען א חוזק-שפיל, אויב דאס וואלט געבויט געווארן דורך בלוטיגע הענט, אפגעזען פון דער פראגע צי די מלחמות זענען געווען בארעכטיגט אדער נישט.

אמת, מלחמות זענען אמאל וויכטיג, אבער נאר דעמאלט ווען ס’איז נישטא קיין אנדערע ברירה. ווען ס’קומט צו באשיצן אידן קעגן בלוט-דורשטיגע שונאים איז מלחמה א הייליגע זאך, און יעדער סאלדאט וואס פאלט אין קאמף איז ווי דער וואלקן-זויל פון גאט וואס האט אריינגענומען אין זיך פיינטליכע פאלן, און דערמיט געראטעוועט א גאנץ פאלק. דאס מיליטער איז די נאבלסטע ארגאניזאציע וואס כלל ישראל האט ווען עס איז פארמאגט — געשטעלט מיט איין קלארן ציל: צו באשיצן דאס אידישע פאלק פון שונאים. מיר קוקן ארויס שוין טויזנטער יארן אויפ’ן טאג פון שלום, אבער ווי לאנג דער טאג איז נישטא דארף מען א מויער וואס זאל אונז ארומנעמען און באשיצן. די אידישע סאלדאטן, זיי זענען אונזער מויער.

ווען ס’קומט אבער צום בויען דאס בית-המקדש, איז וויכטיג אויסצואווארטן אויף א צייט פון מנוחה. די סיבה צו דעם איז נישט ווייל מ’קען נישט טראכטן וועגן בויען בשעת ס’גייט אן א מלחמה, נאר צוליב דער מעגליכקייט אז דאס בית-המקדש גופא וועט ווערן אריינגעשלעפט אינעם קאנפליקט. פון די פסוקים קומט אויס גענוג קלאר, אז נישט קיין נפקא-מינה ווי גרויס און חשוב ס’איז פאר אונז דער בונד וואס מיר שליסן מיטן כביכול, איז עס דאך אן אבסורד אז מ’זאל לאזן דערפאר גיסן בלוט. דאס הויז פון גאט דארף סימבאליזירן שלום, ווי מיר טרעפן עס אין די ווערטער פון ישעיה: “כי ביתי בית תפילה יקרא לכל העמים” (מיין הויז וועט זיין א געבעט-הויז פאר אלע פעלקער), און אוועקצושטעלן די יסודות פון אזא פלאץ מיט פייער און בלוט, איז א שרעקליכער געדאנק. דער גורל פון ארץ-ישראל ליגט טאקע אויפ’ן הארצן טאג טעגליך, אבער במחילה, דעם יעצטיגן קאמף קען איך בשום אופן נישט פארשטיין. ס’גייט נישט דא די רייד וועגן דעם אז אידן האבן נישט וואו צו וואוינען, אדער אז מ’טשעפעט אידן, נאר דאס אז די אראבער ווילן אונז נישט צולאזן צום הר-הבית דאווענען. האבן מיר שוין טאקע גענוג רואיגקייט אין לאנד, אז מיר זאלן זיך וועלן אויסזוכן א נייע דימענסיע פאר’ן קאנפליקט, וואס מ’קען נישט געהעריג אפשאצן די קאנסעקווענצן?

אגב, די דערמאנטע תפילה פון שלמה המלך, אין וועלכער ער האט אויסגערופן אז דאס בית-המקדש זאל זיין אפן „פאר’ן פרעמדן וואס קומט פונעם ווייטן לאנד‟, ליגט היינט אפגעדרוקט אין שיינע אותיות אויף איינעם פון די טויערן ביים כותל (אויף דער לינקער זייט), און עס באגייסטערט מיך יעדעס מאל פונדאסניי ווען איך זע דאס. נאר ווי’זשע זאל זיך לאזן קלערן אז מיר וועלן דערגרייכן אונזער לאנג-דורות’דיגע אוניווערסאלע שאיפה דורכ’ן פירן א בלוטיגן קאמף דערויף?…

אין די צייטן פון די נביאים האט דאס בית-המקדש טאקע געהויבן די מאראל ביי אידן, אבער עווענטועל איז דאס געווען דער גורם צו גלות. ביי די מאסן איז געווען א פשיטא אז דאס הויז פון גאט קען נישט אריינפאלן אין די הענט פון גויים, און אנשטאט אז די פארגלייבטקייט זאל זיי עפעס העלפן, האט עס נאר פארפלאנטערט דעם מצב אין יהודה. די נביאים האבן זיך געבראכן קאפ ביים זען ווי דער סאמע רוחניות’דיגער יסוד פונעם אידישן לעבן איז פארוואנדלט געווארן אין א געטשקע, וואס ווערט טאקע פארהייליגט בלויז ווי „האלץ און שטיין‟, אנעם דערגרונטעווען זיך טיפער צו דעם זין און באדייט וואס שטעקט הינטער די טייערע בוי-מאטעריאלן. דאס בית-המקדש איז אין יענער צייט געווארן דער צענטער פון קאנפליקטן און מאראלישע קארופציע, ביז דער חורבן האט נאכגעפאלגט.

אמת, ס’איז אונז זייער שווער זיך צוצוקוקן ווי מיר קענען נישט צוקומען דאווענען אויפ’ן טייערסטן פלאץ, דער צענטער פונעם אידישן הארץ במשך פילע דורות. מיר דאווענען טויזנטער יארן אויפ’ן אומקער פון קרבנות, און כאטש ווי ווילד ס’זאל נישט אויסקוקן דער געדאנק אין די אויגן פונעם היינטיגן מאדערנעם מענטש, טליעט דאך די בענקשאפט אין הארצן אויף כאטש עפעס א ווערסיע פון א בית-המקדש (כ’וועל נישט ליגן זאגן ווען כ’וועל מודה זיין אז מיך בענקט דוקא נאך יענער אלטער ווערסיע, אן קיין שום ענדערונג. אנו פארשטיינערט מיך!). דערווייל איז אבער אינגאנצן פארשלאסן דאס פלאץ פאר אונז.

אבער וואס א מין חכמה איז דאס צו גיין מיטן קאפ אין וואנט, בלויז ווייל מיר בענקען זיך אזוי שטארק? זענען מיר עפעס קינדער, וואס נעמען זיך שטויסן ווען מיר באקומען נישט וואס מ’וויל? מיר דארפן דאנקען גאט אויף דעם וואס ער האט אונז צוריקגעברענגט צו אונזער ערד, נאכדעם וואס מיר זענען געווען ווי א שפילעכל אין די הענט פון פרעמדע פעלקער במשך טויזנטער יארן, און דערווייל דארפן מיר זען איינצושטילן דעם קאנפליקט וואס אונזער אומקער קיין ציון האט מיטגעשלעפט מיט זיך. ביים חורבן הבית האט גאט אויסגעגאסן זיין צארן אויף „האלץ און שטיינער‟, ווי דער מדרש דריקט זיך אויס אויפ’ן בית-המקדש, כדי צו פארשוינען דאס אידישע פאלק פון סכנה. טוען מיר נישט לעת עתה דאס פארקערטע?…

לאמיר נישט טון קיין שטותים. לאמיר קוקן אויף די פרייליכע ווינקלען פון ירושלים, וואו אלטע און יונגע דרייען זיך איבער די אידישע גאסן, און די שטאט איז פול מיט יונגלעך און מיידלעך וואס שפילן זיך אינאיינעם, ווי דער נביא זכריה האט אונז פאראויסגעזאגט: „עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים וגו’ ורחובות העיר ימלאו ילדים וילדות משחקים ברחובותיה‟ (ס’וועלן נאך זיצן אלטע מענער און פרויען אויף די ירושלימ’ער גאסן… און די גאסן פון שטאט וועלן פיל זיין מיט יונגלעך און מיידלעך, וועלכע שפילן אויף אירע גאסן). דער וואונדער פון דער היינטיגער שיבת ציון איז אזוי גרויס, וואס האט גארנישט קיין פארגלייך אין דער מענטשליכער געשיכטע, ביז אפילו גאט אליין וואונדערט זיך אויף דעם (זע דארט ווייטער אין זכריה ח’). פאקטיש האבן קיינמאל נישט אריינגעוואנדערט קיין ארץ-ישראל אזויפיל אידן אויפאמאל ווי אין אונזער צייט.

אז איר זעט דאס, זאלט איר אכטונג געבן דערויף ווי יענער וואס גיט אכטונג אויף א טייערער כלי ס’זאל אים נישט ארויספאלן פון די הענט. דאס בית-המקדש וועט נאכקומען, איר קענט זיין זיכער אין דעם, אבער מ’טאר נישט כאפן מיט די בלויזע הענט. אמת, מיר ווישן זיך די אויגן קעגן דעם וואס מיר האבן זיך דערלעבט א צייט ווען דער מקום המקדש איז געווארן א למעשה’דיגער שמועס אינעם אידישן לעבן, און דער עצם געדאנק דערפון צעפלאמט אונזער דמיון. דאך טארן מיר נישט פארגעסן אז דאס בית-המקדש איז צוויי מאל געווען א סיבה צו א אידישן גלות (ששש.. כ’האב חרטה פאר’ן ארויסזאגן אזעלכע ווערטער). ובכן, אויב איז דאס אידישע פאלק אייך טייער, נעמט אין באטראכט דאס פאלק גופא, איידער’ן צוטרעטן צום הייליגסטן פלאץ אין די וואכעדיגע שיך.