ווען מען רעדט פון גאולה, קומט געווענליך אויפ’ן געדאנק א פייערדיגער בית המקדש, וואס לאזט זיך אראפ פון הימל און באזעצט דעם הר הבית. דאס בילד וואס מיר האבן פון יענער צייט איז א היפער-ראמאנטישע, ממש נישט פון דער וועלט. דער אופן וויאזוי מיר מאלן זיך דאס אויס איז אזוי סורעאליסטיש, אז געווענליך זעען מיר נישט פאר זיך גארנישט קאנקרעט. דער „בית המקדש של אש‟ (בית המקדש פון פייער) איז מער אן אבסראקטער באגריף, מיט ווייניג-וואס ממשות’דיגס.
פרובירט אליין. לאזט די פאנטאזיע אייך אויסמאלן א בילד פון יענער גרויסער צייט. איר וועט אליין זען אז דער מוח וועט זיך אנהייבן פלאנטערן אין ווערטער און באגריפן. קיין בילד, איינס וואס לאזט זיך דערנאך אפצייכענען אויף פאפיר, וועט נישט אויפקומען.
נו, זאל עס אונז זיין צו געזונט. מיר האבן זיך אזוי אריינגעגעסן אינעם גלות און די צרות פון אזויפיל יארן, אז מיר לאזן זיך שוין נישט טרייסטן פון פשוט-ערדיש השגות. סתם א גאולה איז נישט גענוג; מיר דארפן עפעס פאנטאסטיש, אזוינס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
ס’איז נישט אזוי נאאיוו, ווייל אונזערע נביאים האבן טאקע גערעדט וועגן אזא וועלט, וואו עס וועט הערשן שלום און יעדער וועט האבן צו דער האנט אלעס נויטיגס. זיי האבן זיך אבער באצויגן צום „תיקון השלם‟, וואס וועט עווענטועל נאכקומען, אבער איז פארט נישט קיין תנאי אין אונזער, אידישער גאולה.
גאולה איז נישט פאנטאסטיש און אפילו נישט ראמאנטיש. דאס איז זייער א פשוט’ע לעזונג, צו א טאקע לאנג-פארצויגענעם אבער פארט זייער פשוט’ן פראבלעם. מיר געפינען זיך אין דער פרעמד, און ווען מיר פרובירן זיך יא באקוועם מאכן, קומען שכנים און אומשטענדן אונז דערמאנען אז מיר זענען נישט ביי זיך אינדערהיים.
אזוי צי אזוי, זיצט היינט דער גלות ביי יעדן אין הארץ. כמעט יעדן פון אונז איז ענג – פון דרויסן, אינעווייניג, און גענוג מאל ביידע. נאר וואס דען, דאס שייכות פון גלות ביז גאולה איז אויף אזוי ווייט אפגעהאקט געווארן, אז ווען מיר קרעכצן אונטער דעם גלות-יאך פאלט אונז שוין נישט איין צו האפן אויף א גאולה. דער שטרעבן צו ווערן אויסגעלייזט איז ווי אן אנשטעקיגער חולה אוועקגעשטויסן געווארן אין אן אפגעשלאסן ווינקל, וואוהין קיינער האט נארמאלערווייז נישט קיין צוטריט.
אויף וואס האפן מיר? אויף וועמען ווארטן מיר? ווי שטארק קען שוין זיין א האפן וואס האט נישט קיין צורה?
דאס איז די גרעסטע טראגעדיע פון אונזערע צייטן. אונזער משיח און זיין אויפגאבע זענען ביידע אזוי פארוויקלט געווארן אין סתירות און אומוויסן, אז ווען עמיצער וויל געבן אן אויפריכטיגן קרעכץ, ווייסט ער נישט אויף וואס. ער ווייסט נישט אויף וועמען ער ווארט און ער דערווארט פון יענעם צו טאן. „קבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ‟ (נעם אונז צעשטויסענע צונויף פון אלע עקן וועלט) איז אויסגעליידיגט געווארן פון יעדן אינהאלט. געבליבן איז א ליידיגער פראז, א נאענטער קרוב מיט די לחשים פון ספר „רזיאל המלאך‟.
גאולה פארלאנגט מען זאל נאך איר האפן, אויף איר ארויסקוקן. ס’איז נישט קיין צופאל אז דאס ווארט איז א לשון נקיבה. האפן קען מען נאר אויב מען ווייסט אויף וואס צו האפן.
איך בין חושד אז די גאולה-קאנצעפט איז דורכאויס די שווערע תקופות וואס אידן זענען דורך בכוונה פארהוילן און פארשלייערט געווארן, כדי זי זאל האבן א לייטישן פנים אין ליכט פון די שרעקליכע צרות. און ס’קען ווירקליך זיין, אז אויב וואלט די גאולה דעמאלט געקומען, וואלט זיך טאקע געווען פאנטאסטיש. דעמאלט, אין יענע צייטן, וואלט אזא גאולה פאר זיך, אן קיין פליענדע פערד און אויער-פארטויבנדע דונערן, ווירקליך געווען א נס איבער דער טבע.
דער היינטיגער גלות באשטייט אבער מער אין צעמישעניש און פלאנטערניש אין קאפ און ענגשאפט און פיין אין הארצן. די גאולה פון אזא גלות איז פשוט אנהייבן לעבן פריי און אפן, ביי זיך אין לאנד, דארט וואו א איד באלאנגט נאטירליך צו זיין און וואו ער פילט זיך באקוועם.
ווען די חכמים פון דער גמרא האבן דעקלארירט דעם „אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת‟ (משיח וועט נישט קומען איידער מ’וועט פון אים אויפהערן טראכטן), האבן זיי נישט גערעדט פון א קאלעקטיווער אלצהיימערס וואס וועט פלוצים באפאלן אלע אידן, נאר פון אונזער מצב היינט. דער „בן דוד‟ פון וועמען מיר רעדן היינט, איז אפגעריקט פון אונזער גאולה מיט כמעט אזויפיל קאפ ווי צייט ס’איז פארלאפן זינט דעם „ברית בין הבתרים‟ (דער בונד פון גאט מיט אברהם אבינו).
גאולה איז זיכער א פראצעס. איך האב אבער מורא אז אפילו אויב די השגחה זאל באשערן א גאולה וואס וועט איינגעלייטעט ווערן מיט’ן קול פון א שופר, וועלן מיר בלייבן זיך קראצן ביי די בערדלעך צי ס’איז טאקע דאס פון וואס מ’האט אלע יארן גערעדט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.