אפגעזען פון וויאזוי מ’זאל עס נאר באצייכענען, זענען מיר עדות צו א מלחמה אויפ’ן הר הבית.
דער קאמף אויפ’ן הייליגן בארג ווערט טאקע נישט געפירט דורך טאנקען און ארמייען, אבער דאס איז צום פארדאנקען דעם נייעם פארמאט וואס „מלחמה‟ האלט אינמיטן אננעמען אין אונזער תקופה. די וועלט איז גלאבאליזירט און אלץ מער אספעקטן פונעם לעבן ציען זיך אריבער צו א ווירטואלן מציאות. גענעראלן און זייערע סאלדאטן שפילן אלץ א קלענערע ראלע, און די אמת’ע מלחמה באשטייט אינעם דעת הקהל און דאס אונטערמינעווען און שעדיגן דעם שונא אויף כל’ערליי אלטערנאטיווע פראנטן.
אויב קוקט מען דעם קאנפליקט וואס האט אין ארץ ישראל אויפגעריסן אין די לעצטע וואכן אן דורך אזעלכע ברילן, איז זייער קלאר אז די שייכות’דיגע געשעענישן וואס אנטוויקלען זיך אין לאנד און איבער דער וועלט איז גארנישט עפעס אנדערש ווי א קריג אויפ’ן אור-אלטן בארג. מ’שלאגט זיך דערויף אין די גאסן, און דער קאנפליקט האט שוין געקאסט נפשות. דער שלאכט שפילט זיך אויס אין דער „יו-ען‟ און איבער די קארידארן פון וועלטס-גרויסמאכט רעגירונגען.
ס’איז זייער קלאר אז דער יארטויזנט-לאנגער גלות-וועג אונזערער קומט שוין נאענט צו א סוף. מיר האבן זיך אויפ’ן הר הבית געשלאגן אויפ’ן וועג אראפ פון דארט און ארויס פון לאנד; מיר שלאגן זיך יעצט אויפ’ן וועג אריין אין לאנד און ארויף דעם הייליגן בארג. יהודה און שומרון געפינען זיך אונטער באלאגערונג פון קרימע קעפ און א פארדרייטן אינטערנאציאנאלן דעת הקהל. דאס פאלק וואס באוואוינט אבער די בערג און טאלן פון דעם וואונדערשיינעם שטח איז אבער שטארק און שטאלץ, מיט כוח און דויערהאפט וואס שטייגט ווייט איבער די מעגליכקייטן וואס די שנאה קען ביי אירע בעסטע אנשטרענגונגען באווייזן.
הגם עס גיסט זיך בלוט און האס ארום אים, איז דער מצב מיט’ן הייליגן בארג גארנישט אזוי טרויעריג ווי עס וואלט זיך געקענט דאכטן. טעכניש גערעדט, געפינט זיך דאס בעלות פון בארג אין פרעמדע הענט. מיר ווייסן דאך אבער אז דאס איז מער אזא פארמעלע געשעפט. דער שליסל ליגט אפשר אין אמאן; די פאקטישע הערשאפט זיצט אבער אין ירושלים.
ירושלים, די הויפטשטאט פון ארץ ישראל. דאס איז איר טיטל. ס’איז אזוי נישט נאר אויף פאפיר, נאר למעשה. ס’וועט קיינעם גארנישט העלפן. זאל דער גענעראל-סעקרעטאר פון די „פאראייניגטע פעלקער‟ קומען אויספארשן די „מלחמה פארברעכנס‟ קעגן די „פרידליכע כאמאסניקעס‟, וועט ער לאנדן אין א לופטפעלד מיט לשון-קודש שילדן און באקומען אנווייזונגען און דירעקטיווען דורך די אייניקלעך פון אברהם אבינו.
די אידישע באפעלקערונג אין ארץ ישראל האלט אין איין וואקסן, אין דער צייט וואס אין די גלות-לענדער איז עס פארקערט. אלץ א גרעסערער טייל פון אידישן פאלק וואוינט אין הייליגן לאנד, וואס מאכט אלץ מער פארשריט אין יעדער ריכטונג – טראץ די צרות און פיינט וואס שפייען גיפט און פייער פון אלע זייטן.
דער פראצעס פון „קיבוץ גליות‟ איז שוין מער ווי העלפט פארענדיגט. דער טאג פון נחמה וועט זיכער נאכקומען. דער „תלמוד‟ האט אוועקגעשטעלט א תנאי, וואס מוז מקויים ווערן איידער די גאולה וועט אונטערקומען – „היסח הדעת‟: אז דער גאולה-געדאנק זאל אויסגעוועפט ווערן פון באוואוסטזיין.
נו, אויף דעם האבן מיר דאך די „קנאים‟, וואס זענען שטעקן געבליבן מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק, און פאר וועמען ארץ ישראל איז געבליבן סינאנים מיט ציונים – הגם יענע זענען שוין לאנג פארשוואונדן פון דער מאפע.
גאנץ כלל ישראל – און צום סוף די גאנצע וועלט – דארף אויסגעלייזט ווערן, און יעדער שפילט א ראלע אינעם פראצעס. די גאולה, ווי דער פראצעדור וואס פירט ביז איר, איז געצילט דעם כלל ישראל. יעדער שפילט, באוואוסטזיניג צי נישט, אן אייגנארטיגע ראלע וואס אינאיינעם פירן זיי צו יענעם גרויסן ציל, אין יענעם גרויסן טאג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.