דאס אידישע פאלק האט אזויפיל זייטן. ס’זענען דא רעליגיעזע אידן און וועלטליכע. חרדים, מאדערנע און פראגרעסיווע. צווישן חרדים זענען דא ציוניסטן און אנטי-ציוניסטן – אדער לאמיר זאגן גלות-אידן. צווישן וועלטליכע זענען דא יידישיסטן און העברעאיסטן. אויב איר ווילט, קענט איר זיך אויסקלויבן איין “קלעפ-צעטל” פון דער רשימה, און זיך דעפינירן מיט איין ספעציפישע זייט פונעם אידישן פאלק, אבער דעמאלט וועט איר נישט זיין ביכולת אריינצונעמען דעם איד מיט דער פולער גאנצקייט.
אויב באטראכט איר זיך נאר אינעם ריטועלן ראם, און איר זעט נישט קיין מקום פאר א ברייטערער פאלקשאפט צו דער זעלבער צייט, האט איר ארויסגעלאזט א טייל פונעם נאמען „איד‟. אויב קענט איר קוקן דעם איד אין פנים נאר דעמאלט ווען ער איז קעגן ציוניזם, אדער פארקערט, נאר דעמאלט ווען ער איז א הייסער ציוניסט, האט איר דעמאלט געמאכט פשרות אין אייער אידישקייט. דאס וועט זיין א צעשטיקלטע ליבשאפט, אזא וואס איז תלויה בדבר אחר (אנגעהאנגען אין א דרויסנדיגער זאך), און אינעם גן-עדן וועט אייך פעלן דאס פיסל וואס איר האט ארויסגעלאזט.
אויב קענט איר נאר הערן די העברעאישע שפראך, און איר ווילט נישט הערן קיין אידיש, אדער פארקערט, אויב זענט איר פארליבט אין דער מוטערליכקייט פונעם אידיש, און איר ווילט נישט דערקענען די העלדישע זייט פונעם איד וואס שמייכלט ארויס פונעם העברעאיש, האט איר געלאזט א מקום פאר האלבע זאכן אין דער סאמע וויכטיגער זייט פון אונזער נשמה – די אידישקייט.
גלות און גאולה, רעליגיע און וועלטליכקייט, חרדיזם און נאציאנאליזם, יידישיזם און העברעאיזם, אלעס דארף צעגאסן ווערן ווי איינס אין דער נשמה פונעם איד, און די הארמאניע וואס קומט ארויס פון די פארשידענע כוחות דארפן ארויסגעבן א וואונדערשיין קול, וואס זאל ארויסברענגען דעם “מענטש” וואס באהאלט זיך אין יעדן פון אונז, אין דער פולסטער פראכט. דער עקסטרעמער “אתה בחרתנו” דארף זיך מאדיפיצירן אין דער פראגרעסיווקייט פונעם אידישן הארץ, בשעת די אסימילאטארישע טענדענצן דארפן צעבלאזן ווערן אינעם ווינט פון נאציאנאליזם. דער עקסטרעמער נאציאנאליזם דארף אינעם פייער פון גלות זיך אויסאיידלען, און אזוי מוז זיין שלום צווישן גלות און גאולה, צווישן יידישיזם און העברעאיזם.
דער העלדישער מכבי מוז אונז זיין פונקט אזוי ליב ווי די שרה’לעך און שלמה’לעך, און דעם גלות טארן מיר נישט אראפלאזן פון די פלייצעס אויך נאכדעם וואס מיר האבן דערווארבן אונזער לאנד. די אוצרות וואס יעדעס איינע טראגט מיט זיך איז צו גרויס אז מיר זאלן דאס קענען לאזן אין דער זייט. דוקא דאס מאכט אונז וואס מיר זענען, און אונזער נאציאנאלער גייסט איז דורכגעזאפט מיט אט די אלע פארשידנקייטן, אין איינס און דער זעלבער צייט.
יענע מיידלעך וואס גייען מיט די תפילין צום כותל האבן אונז אויך עפעס צו זאגן, און כאטש ס’דארף נישט געזאגט ווערן אויף דעם אופן, דארפן מיר פרובירן צו דערהערן זייער אנזאג. זייער פרואוו דורכצוברעכן דעם שווארץ-און-ווייסן פארב פון אונזער מויער, איז נאר א פרואוו צו דערקלערן דעם אידישן ציבור אז אידישקייט האט נאך עפעס טיפערס פונעם בלויזן אויבערפלאך, בכן איז א שאד צו בלייבן שטעקן מיט א טייל פונעם גאנצן. מסכים זיין מיט זייער אגענדע מוז מען טאקע נישט, אבער איגנארירן זייער נשמה קען מען אויך נישט.
ווען מיר דערזעען אמאל ווי דאס דעליקאטע “קול באישה” טרייסלט אויף א לאנד, קענען מיר דערקענען דערין א פארלוירענער שטיק אידישקייט, וואס איז א גלגול פון דבורה הנביאה. נאר אויב ווידער וועט מען דוקא וועלן אנטון ווייבער ציצית, און מיר וועלן נישט קענען ארייננעמען אין אונזער הארץ די טראדיציאנאלע אשת חיל, וועלכע וויל נישט מער ווי זיין א פוסבענקל פאר איר מאן אין גן-עדן, דאן האבן מיר ווידער פארפאסט דעם טייערן רוף פון אונזער מסורה.
מ’קען נישט איבערשרייבן דאס וואס איז א טייל פון אונז, נאר מיר קענען באשליסן אין א באוואוסטזיניגן אופן זיך אפצורייסן דערפון. ווען איר זאלט אזוי טון וועט איר האבן זיך אפגעריסן פונעם הייליגסטן און טייערסטן – א ביין פון אייער געביין, א שטיק לייב פון אייער לייב. ס’וועט נישט העלפן דאס שעלטן, דאס שרייען ימח-שמו אויף יעדן איינעם וואס שטייט נישט גענוי אינעם אייגענעם צענטער ווי אונז, ווייל דערמיט הייבן מיר אויף א שערל אויף אונזער אייגענעם קערפער און מיר צעשניידן עס אין צווייען, אין דרייען, און אין נאך ענדלאזע טיילן.
אנשטאט צו טון אזא שרעקליכן אקט, הייבט בעסער אויף אייערע אויגן מיט דער גוטמוטיגקייט פון א מאמע צו א קינד, צעשפרייט די הענט אין דער ברייט און לאזט אריין דאס גאנצע, אנע פשרות. זייט א קנאי און א ציוניסט אין דער זעלבער צייט. זייט געטריי דער חרד’ישער מסורה, אבער צו דער זעלבער צייט זאפט איין דעם אוניווערסאליזם פונעם ליבעראלן איד. דאס זאלט איר טון, נישט דורכ’ן זיין א ליגנער אויף ביידע זייטן, נאר דורכ’ן צייגן פאר יעדער זייט וואס איר פעלט. שטיצט דאס אידישע לאנד, אבער שרעקט אייך נישט רחמנות צו האבן אויף אראבער אויך, און צו לעכצן שטילערהייט נאך שלום. זינגט אויף העברעאיש און וויינט אויף אידיש. אזוי, און נאר אזוי, וועט איר דערפילן די גאנצקייט פון אייער אידישער נשמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.