Yiddish with an Aleph

די זון גייט אויף אין מזרח

The Sun Rises in the East

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

ס’איז אמאל געשען אזא מעשה. די מעכטיגסטע אימפעריע אויף דער וועלט האט איינגענומען ארץ ישראל און צעשטערט דאס אידיש לעבן דארט. דאס לאנד איז געווארן חרוב און דאס פאלק – צעטריבן.

אידן וואס האבן פריער זיך צוגעקוקט צו די אנטוויקלונגען פון געשעענישן און געהאלטן די אויערן אפן צו די ווערטער פון די נביאים, האבן דעם חורבן דערווארט. פארט, ווען ס’איז געקומען דערצו, ווען זיי האבן מיט די אויגן געזען די פייער-צינגען ארויסשפארן פון קודש-קדשים און מיט דער נאז געפילט דעם גערוך פון פייער און פארברענט מענטשן-פלייש, איז דאס הארץ געווארן צעריסן און די נשמה געשפאלטן.

טרעטנדיג אויף די וויסטענישן פון דער ארץ-ישראל ערד אין די ערשטע דורות נאכ’ן חורבן, איז די ווייטאג געקומען אונטערגעבעט מיט האפענונג. די זעלבע נביאים, וואס האבן דעם חורבן און נאכפאלגנדן גלות פאראויסגעזאגט, האבן די שטראף-רייד אויסגעפירט מיט טרייסט-ווערטער. דער געטליכער צארן האט זיך טאקע אויסגעגאסן אויפ’ן אידישן הויז; דער כעס, האבן זיי נביאיש געטרייסט, וועט זיך אבער איינשטילן און סוף כל סוף וועט דער אויבערשטער זיין פאלק קיין ארץ ישראל אומקערן. די זעלבע הימל-שלוחים וואס האבן פריער גערעדט וועגן טויט און חורבן, האבן אויך ברייט גערעדט וועגן אן ענדגילטיגער ישועה און דעם ווידעראויפלעב פון דעם אידישן פאלק אין דעם אידישן לאנד.

טויזנטער יארן, הונדערטער שחיטות און ענדלאזע וואגעלנישן זענען אויסגעטראגן געווארן אדאנק דער האפענונג. “שמע ישראל” איז געווען די הימנע פון אונזער דורות-לאנגען קדושים-וועג; “וקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ” [נעם אונז צעשטויסענע צונויף פון אלע ווינקלען פון דער וועלט] איז געווען דער מאטא פון דעם אידישן אטעם.

דעם כוח פון אזוי לאנג שפאנען אויף די שווערסטע וועגן האבן מיר דאך געשעפט פון דער האפענונג אז דער וועג פירט צו א ציל. ס’האט געדויערט דורות און יארטויזנטער, אבער צום סוף זענען מיר דערגאנגען.

אידן האבן זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל און ארץ ישראל האט זיך אומגעקערט צו אידן. די ערד, וואס האט אין משך פון די לעצטע צוויי-טויזנט יאר א פארשעמטע געפוסטעוועט, האט זיך צעבליט ווי א כלה אונטער דער חופה. זי האט זיך צעגרינט מיט חיות און די איינגעהאלטענע פרוסטראציע פון אזוי לאנג נישט פרוכטבארן לאזט זי יעצט אויס אין געבענטשטע, דור-מרגלים געזונטע פרוכט און גרינס.

די בערג פון יהודה און שומרון טאנצן שוין ווידעראמאל שטאלץ אונטער די שווערע טריט פון גיבורי כוח, וואס באקעמפן דעם פיינט מיט אמונה אין הארץ און תפילה אויף די ליפן. די וועגן פון גליל עכאען די ווערטער פון רבי שמעון און רבי יוסי – און קייטלען זיך אין די לעצטע ווידער’קולות פון די נעמליכע הייליגע תנאים, וועלכע האבן גארנישט אזוי לאנג דא געלערנט תורה צו דער שיין פון הימליש פייער.

ס’איז די זעלבע ערד, די אייגענע לופט, און די נעמליכע שוועריגקייטן. דעם הר הבית און בית המקדש האבן מיר נישט פרייוויליג אויפגעגעבן. אויך ווען מיר האבן קלאר געזען די ווערטער פון די נביאים זיך אויסדריקן אין דער ווירקליכקייט, האבן מיר נישט געקענט ביי זיך פועל’ן אראפצולאזן די הענט און לאזן דעם שונא שטעלן טריט אויפ’ן הייליגן בארג. דעם גאנג צום בית המקדש האט דעם שונא געפירט איבער אונזערע טויטע קערפערס און דורך אונזער בלוט.

“באש היצתה ובאש אתה עתיד לבנותה” [אין פייער האסטו זי פארברענט און מיט פייער וועסטו זי צוריק אויפבויען]. דער אויבערשטער האט דעמאלט גוזר געווען דער בית המקדש זאל צעשטערט ווערן און דאס לאנד פארוויסט. ער האט געשיקט די רוימישע לעגיאנען, וואס זענען געווען די בייזע שלוחים אויסצופירן די הימלישע גזירה. דער גלות גזר-דין איז אפגעלאפן, און יעצט, פונקט ווי דעמאלט, דארפן מיר פירן א קאמף אויפ’ן בארג און דעם בית המקדש, פונקט ווי מיר האבן עס פריער געמוזט טאן אויפ’ן לאנד.

גלות איז ווירקליך געווען א גזירה. א ראיה האט איר: זי איז געשען. מיר האבן געוואוסט אז זי וועט קומען, אבער מיר האבן אויך די יעצטיגע תקופה דערווארט – א סך לענגער און מיט א סך מער אייפער ווי דעם חורבן דעמאלט. די צייט איז אבער געקומען און דער זמן פון גלות איז געקומען צו א שלוס. א ראיה: די ראיה! לאמיר עפענען די אויגן און קוקן…

גזירת הגלות, פונקט ווי די גזירה פון “בזיעת אפיך תאכל לחם” [מיט’ן שווייס פון פנים וועסטו דיין ברויט עסן], מיינט נישט אז דער מענטש וועט בלייבן הונגערן, פונקט ווי קיינעם פאלט נישט איין צו דערווארטן דעם מן אראפצופאלן פון הימל. גלות איז געווען א גזירה, און ווען דער גורל האט באשערט מיר זאלן געהאלפן ווערן, שיקט די השגחה אונז צו די מיטלען און מעגליכקייטן זיך צו העלפן.

שוין העכסט צייט צו ריקן דעם טראפ פון “גלות” צו “ארץ ישראל”; פון “עול הגוים ועול הגליות” [דער יאך פון גלות און פרעמדע פעלקער] צו “ארץ ישראל נקנית ביסורים” [ארץ ישראל באקומט מען דורך ליידן]. אז מיר ליידן במילא, זאלן מיר כאטש עפעס באקומען אין אויסטויש…