Yiddish with an Aleph

די רעצעפט פאר חכמה

Recipe for Wisdom

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

אז מ’דרייט זיך צווישן גוטע אידן הערט מען דערמאנען נעמען פון שרייבער, דענקער, ארטיסטן, נעמען פון ביכער און נעמען פון פילאזאפן, טערמינען פון געדאנקען, אנאליטישע פארמולאציעס, און וואס נישט. אזוי למשל זשומעט מיר אין קאפ מארק שאגאל, פאל זשאנסאן, פראנטשעסקא סעגאל, און נאך אזעלכע משונה’דיגע נעמען. פרעגט מיך בחרם ווער די מענטשן זענען, וואס זיי האבן געטון, אין וואס א גאט זיי האבן געגלייבט, וועל איך אייך נישט קענען אויף דעם ענטפערן צו פונקטליך. איינער איז א מאלער אויף וואס די וועלט שטייט, דער אנדערער א מוח מיט וועלכן גאט באראט זיך, און אזוי די איבריגע, יעדערער פאר זיך מיט זיין גדלות.

אנו זעט איר כאטש וואס דאס הייסט זיך דרייען צווישן חכמים. אמאל האב איך געהאט א טבע צו זיצן און לערנען פאר זיך, נאר אז איך האב זיך באקענט מיט קלוגע אידן בין איך הערשט געוואר געווארן וואס דאס הייסט זיין אן עם-הארץ. האב איך שוין אמאל געכאפט וואס א טעות דאס איז געווען. קומט מיר אבער צייטנווייז אויס צו דרייען זיך צווישן געלערנטע אידן, און טאקע אידן מכל המינים - פרייע און פרומע, מענער און פרויען, און אז מ’דרייט זיך אזוי לאנג קלעבט זיך עפעס אן. אזא כלל האבן מיר דאך פונעם פסוק: אשרי יושבי ביתך, דאס הייסט אויף פראסט מאמע-לשון: אז מ’זיצט נאר אין שטוב פון חכמים איז א ברכה.

צום ענין, ס’איז וויכטיג צו פארשטיין ווי שטארק די השפעה פון אן [ערנסטע] אקאדעמישע סביבה איז קריטיש פאר’ן מענטש וואס וויל אויסוואקסן. נעם א קינד און שטעל אים אריין אין א צימער מיט ביכער אויף א תקופה פון צען יאר, און דערווייל נעם אן אנדער קינד און שטעל אים אריין אויף א צען יאר אין אן אנדער צימער אנע ביכער, אבער ארומגענומען מיט געלערנטע לייט מכל המינים, איז אמאל זיכער אז דער לעצטער וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין פיל מער געלערנט און קלוג ווי דער ערשטער. נישט אומזיסט האבן חז”ל געלייגט א דגש אויף “הוי מתאבק בעפר רגליהם של חכמים” (ד.ה. קלעב דיך אן מיט שטויב פון די פיס פון חכמים).

אז מ’דערזעט זיך אין א צימער מיט ביכער ווייסט מען נישט אלעמאל וועלכן פון די אלע אויסצוקלייבן, און אז מ’טרעפט שוין א גוט בוך ווייסט מען נאכנישט צי ס’איז נישטא בעסערע. מ’קען ליינען פארשידענע געדאנקען פון היינט ביז מארגן, אבער כל זמן מ’האט נישט מיט וועמען עס דורכצושמועסן בלייבט מען שמאלקעפיג. ס’איז נישט מעגליך אויף קיין פאל צו ווערן אויסגעוואקסן, צו לערנען זיך צו טראכטן, כל זמן מ’געפינט זיך אינגאנצן אליין צווישן די פיר ווענט. האבן נישט חז”ל געזאגט “חרב אל הבדים – ונואלו”? א שווערד קומט זיך פאר די וואס זיצן און לערנען אליין, ווייל זיי ווערן טפשים. ס’איז אויף אן אמת זעלבסטמארד צו טון אזא זאך. אט קען זיך עמיצער זיצן אין ספרים-שטוב כל ימי חייו און פארברענגען די צייט אויף עולם ומלואו, נישט וויסנדיג אז דער מהלך וועלכן ער ניצט איז אן אפגעריבענע מטבע און די וועלט האט זיך שוין לאנג ווייטער גערוקט… ער קען דרייען אין א רשב”א א יאר צענדליגער, בעת צען ראשונים קלערן אנדערש. נאר פון וואנעט זאל ער דאס וויסן?

ס’זענען דא אידן, נישט דוקא פרומע, וואס זענען מקדיש זייער לעבן אויפ’ן ליינען און לערנען. פרעגט מיך נישט וואו זיי טרעפן צייט סיי צו ליינען אזויפיל און סיי צו גיין אין טעאטער יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. ווייזט אויס אז דאס טוען זיי אין דער צייט וואס איך פארברענג מיט דער משפחה אדער איך גיי אין שול. אויב דאס איז דער אמת רעד איך מיך נישט אפ חלילה, נאר כאטש אינעם ליינען ביכער בין איך מקנא זייער אומבאגרעניצטע מעגליכקייט פון ליינען און ליינען אן א סוף. און לאמיך נישט ליגן זאגן, מיר וואלט נישט געשאדט ווען מיין ווייב וויל מיט מיר אויך גיין אין טעאטער. פארוואס האט גאט באשאפן די פרומע ווייבער מיט ווייניגער אינטערעס ווי די פרייע? פארוואס האט דער ריבונו של עולם אזוי געמאכט אז פרייע ווייבער האבן ליב אויסצוגיין א וועלט, באקענען וואס ס’טוט זיך אויפ’ן כדור הארץ, און די פרומע ווייבער גארנישט? אויף דעם זאגט דאך דער פסוק נסתרות דרכי השם. אויפ’ן ריבונו של עולם פרעגט מען נישט קיין קשיות.

אז איך קום אהיים און דאס בלוט שטויסט מיר אין די אדערן, מיר ווילט זיך אביסל אויסרעדן איבער די גרויסע זאכן וואס גאט טוט מיט מענטשן, איבער אלעמען וואס איך האב היינט געזען און געהערט, קום איך אבער אריין אין שטוב און איך טרעף מיין אשת חיל ליגן אויף דער סאפע אינעם טיכל, די אויגן אראפגעלאזט און דאס פנים פארלאשן. א רחמנות איז מיר אויף איר. איז עס רעכט אזוי? פארוואס מאכט גאט אז פרומע ווייבער זאלן אזוי אויסגעריסן ווערן פון זייער הויז-ארבעט? פארוואס למשל גיט ער פאר די פרייע פרויען נאר צוויי קינדער און פאר די פרומע צען אדער פופצן קינדער? איז עס יושר אזוי? וואלט נישט למשל גלייכער געווען ווען אלע זאלן באקומען אומגעפער זיבן? אזוי וואלטן יענע נישט געהאט צו ווייניג און די פרומע נישט צופיל. נישט אזוי? נו גוט, אויפ’ן ריבונו של עולם פרעגט מען נישט קיין קשיות.

געלעכטער אין דער זייט געלייגט… איך גלייב אויף אן אמת אין דעם כח פון א סביבה. דערווייל פיל איך די עם-הארצות אין יעדן פון מיינע גלידער. צומאל טוט עס מיר וויי אויף אלע באקן, איך קען נישט פארנעמען דאס שווערע געוויכט פון עם-הארצות, אט אזוי ברענט דאס פייער פון קנאת סופרים. נעם איך אבער כסדר אן רעקאמענדאציעס פון מיינע חברים איבער וועלכע ביכער איך זאל ליינען, און אינצווישן דעם אלעמען דאכט זיך מיר אז די געטין פון מינערווא וועט אין א שיינעם טאג נאך גרייט זיין מיר אויך צו געבן א שמייכל פונדערווייטנס…