Yiddish with an Aleph

ראטעוועט די נשמה פון דער מלחמת קיום!

Save Your Soul in the War of Survival!

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

אז ס’קומט יום-טוב און מ’געפינט זיך אין שול א סך שעות, האט מען שוין אביסל פרייע צייט צו טראכטן און זיך מאכן א חשבון הנפש. און אז מ’האט אן איבריגע מינוט, וואס זאל אפנים קומען אין זינען? דא נעמט עס גריזשען און נאגן אויף דעם וואס מ’האט געווענליך נישט קיין פרייע מינוט צו קענען זיך ארומקוקן. די ארבעט א גאנץ יאר רייסט אוועק די נשמה ווען מ’איז נאך אין סאמע מיטן פונעם יונגען לעבן, און די פליכטן לאזן נישט נאך קיין רגע. דארף איך טאקע ווארטן אויף יום-טוב אז איך זאל קענען טרעפן א רואיגע מינוט צו זיין מיט זיך אליין, דעמאלט ווען מ’געפינט זיך אונטערן טלית ביי די שטילע שמונה-עשרה?

דאס הארץ וויינט אין מיר אזש ביז בלוט. מיר דאכט זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דעם אופן ווי דאס לעבן איז אויסגעשטעלט. ס’איז נישט קיין יושר אז א מענטש זאל דארפן אויסגעבן די פאר יאר וואס אים איז באשערט צו לעבן, צו מוטשען זיך דערווייל נאר אויף איבערצולעבן. אויב איז דער תכלית פונעם לעבן נאר צו שפייזן זיך מיט די ווייב און קינדער, איז צואוואס האט אויסגעפעלט געבוירן צו ווערן? צואוואס האט אויסגעפעלט באשאפן צו ווערן?

היות מ’דארף דאך עמיצן באשולדיגן הייב איך אן אויסלאזן דעם כעס אויף דער סביבה ארום מיר. פארוואס האט מען מיך חתונה געמאכט אזוי יונג? פארוואס דארף איך שוין אין אזעלכע יונגע יארן באקומען גרויע האר און שפייען גרינע גאל כדי צו קענען דעקן מיין רענט? פארוואס דארף איך בלייבן וואַך ביז די שפעטע שעות אין דער נאכט נאר כדי צו קענען נאכקומען דעם מינימום שבמינימום? אבער דאן טראכט איך ביי מיר אז די יונגע סטודענטן אין דער פרייער וועלט לעבן נישט מיט מער מנוחה ווי איך, ווען זיי מוטשען זיך צו דעקן די הוצאות פאר זייערע שטודיעס, אדער ווען זיי מוטשען זיך ביים לערנען גופא.

נאר זעט איר, איך אליין וואלט גרייט געווען צו צאלן כל הון דעלמא כדי צו קענען זיצן על התורה ועל העבודה. יענע סטודענטן לערנען כאטש עפעס, אבער ביי מיר פארגייען דאך די יארן מיט גארנישט. גייט פארביי חדשים לאנג און איך האב נישט געעפנט אפילו א ביכל וחצי ביכל, ווערט מיר דאס הארץ אזוי אומעטיג און איך בין ברוגז אויף דער גאנצער וועלט. די נשמה פילט זיך עפעס אזוי ליידיג, דער גייסט איז צעלעכערט און ס’ווילט זיך מיר אזש ארויסשפרינגען פונעם אייגענעם קערפער. לויף איך אין ביבילאטעק, איך כאפ ארויס אפאר ביכער און איך נעם זיך הייליג פאָר צו מאכן צייט כאטש אויף עפעס. געווענליך קומט אבער דער שטן און ווארפט מיר אויף צו להכעיס אן אזויפיל ארבעט, אז איך זאל קוים קענען נאכיאגן, און די ביכער שטויבן זיך אפ אין דער זייט ביז איך דערמאן זיך אז ס’איז שוין אריבער א צוויי וואכן פון ווען איך האב זיי געדארפט אפגעבן צוריק אין ביבליאטעק און דעמאלט דארף איך נאך איבערצאלן מיט פראצענטן.

דעם יום-טוב האב איך באשלאסן זיך אפצורעכענען מיטן שטן, האב איך מיר מיטגעשלעפט די פאר ביכער אין שול צום דאווענען. שרייט נישט אויף מיר, בסך הכל האב איך געפילט אז איך ווער דערטרונקען אין ביטערניש אויב איך וועל נישט כאטש א האלבן ביכל אפליינען במשך דעם יום-טוב. גענומען האב איך א ביכל וואס באהאנדלט טאקע די שאלות פון דער מענטשהייט, די ייסורים פון פעלקער און באזונדערס די ייסורים פונעם אידישן פאלק, און דערמיט האב איך געהאפט אז איך וועל אויך טרעפן אן ענטפער צו מיינע אייגענע ייסורים.

מיטן יום-טוב אליין איז מיר שווער אנגעקומען זיך צו פארבונדן, ווייל ס’האט מיר עפעס אריינגעלאנדעט אין סאמע מיטן פון דער ארבעט, און איך בין גארנישט געווען געראכטן אויף דעם. דער הו-הא איז אזוי רשעות’דיג, אז ס’גיט מיר ניטאמאל די געלעגנהייט צו קוקן אויף די קינדער. איך פרעג מיך ווידער און ווידער צו וואס איך לעב, און פארוואס איך קען מיר נישט טרעפן א מינוט צו זיין מיט מיינע אייגענע געליבטע, מיט מיינע טייערע עופה’לעך, מיט מיינע ספרים, מיט מיין אידישקייט און מיט מיין באשעפער. ס’איז אלעס איין גרויסער מישמאש פון איד-גוי-מענטש-חיה-בהמה, און איך ווייס נישט גענוי וואו אהין איך געהער.

הכלל, דארט אונטערן טלית האב איך פרובירט זיך פארבונדן מיט די שורות פונעם בוך, וועלכע איז גראד אפגעשריבן געווארן הארט איידערן אויסברוך פונעם צווייטן וועלטקריג, און האט טאקע אפגעשפיגלט דעם ייאוש פון יענע יארן. די שורות האבן מיך געפירט צווישן מארקסיזם, ליבעראליזם, ציוניזם און רעליגיע, איך האב פרובירט פלעכטן איינע צו איינע, און אליין זיך טרעפן א מקום ערגעץ אין מיין אייגענעם תוהו ובוהו. דער בעל-תפילה האט געדאוונט, דער עולם האט געזונגען, אבער איך בין געווען פארנומען מיט מיין פערזענליכע תשובה און חרטה. איך האב זיך נישט געקענט מוחל זיין די פילע חדשים וואס זענען זיך פארלאפן אנעם עפענען א אידיש ספר, און איך האב פרובירט דאס צו פארגוטיגן אין די שעות פונעם דאווענען – אין די געציילטע טעג אין יאר ווען איך האב אפאר מינוט פאר מעדיטאציע און חשבון הנפש.

ביי א געוויסן פונקט האט דער שרייבער געשילדערט דעם כאַאָס וואס לויפט דורך אין דער וועלטליכער געשיכטע און דאס הארץ האט זיך מיר צוזאמגעצויגן. דער שרייבער האט געגאסן פעך און שוועבל קעגן דעם ציוניסטישן רעיון, קעגן דעם וואס אידן ווילן ווערן א טייל פון דער בלוטיגער געשיכטע, אין א וועלט וואו אלע פעלקער זענען בארבארן, אבער איך האב מיך מיטן שרייבער אויסגעטענה’ט אז דוקא אין אזא בארבארישער וועלט קען דאס אידישע פאלק קיין קיום נישט האבן אָן אַן אייגן שטיקל באדן. דער שרייבער האט יעדנפאלס זייער גוט געשילדערט דעם מענטשליכן פיין, און אין יענער רגע האב איך געהערט דעם בעל-תפילה אויסרופן “וכל הרשעה כולה כעשן תכלה…” (אויף אידיש: ס’זאל דער וועלטליכער בארבאריזם אונטערגיין און די הערשאפט פון גאט זאל זיך אויסשפרייטן איבער אלעמען…)

די אידישע וויזיע פון דער גאולה שלימה האט מיך אויפגעוועקט פונעם בוך. ס’האט מיר אויסגעזען ווי דער חזן וואלט געוואלט ענטפערן אויף די פראגעס פונעם שרייבער, און די וואונדערליכע ווערטער פונעם דאווענען האבן מיך מיטגעריסן. איך האב פארקלאפט דאס ביכל, נאכ’ן מאכן זיך א סימן וואו איך האלט, און איך האב גענומען זיך צוהערן צו די שורות וואס דער בעל-תפילה האט ארויסגעליינט פונעם סידור. וואס אן אמת האט דער בעל-תפילה געהאט זייער א רירנדע שטימע, און ביי די דערמאנטע ווערטער האט ער זיך זיסליך צעגארגלט אין איינקלאנג מיטן ארטיגן נוסח. זייענדיג אונטערן רושם פונעם ליינען, האב איך געפילט ווי א טרער שטעלט זיך מיר אין אויג.

דער יום-טוב איז שוין אריבער און איך האב נישט פארכאפט צו פארענדיגן אפילו נאר די ערשטע העלפט פונעם בוך. דער טרייסט פון יענעם שחרית דערווארעמט נאך אפשר מיין נשמה, אבער נאר כדי צו פייניגן דאס געוויסן. צואוואס לעב איך? וואס איז דער תכלית פון מיין אידישקייט אויב ס’ווערט אלץ פארשווענקט אינעם גאלאפ פון לעבן? וואס איז דער ציל פונעם לעבן ווען מ’האט נישט קיין צייט א קלער צו געבן וועגן לעבן? וואס א טעם האט עס צו ברענגען עסן פאר די קינדער, ווען מ’קען זיי נישט געבן א קוש איידערן ארויסגיין פון שטוב אינדערפרי, אדער זיי איינוויגן ביינאכט מיט א ליד? וואס א פשט האט בכלל די גאנצע בריאה אין דער אייביגער מלחמת קיום?

קען זיין אז די שורות פונעם דאווענען האבן אן ענטפער אויף דער מצוקה פונעם אינדיווידועלן מענטש אויך, אבער א צווייטער חזן האט איבערגענומען דעם ערשטן צו מוסף און איך האב אינצווישן צוריק איינגעזונקען אינעם ביכל. ווען איך וועל פארענדיגן דאס ביכל ווייס איך נישט. נאך ווייניגער ווייס איך ווען איך וועל נאכאמאל זוכה זיין צו פילן א טרער אין מיין אויג ביי א דאווענען אין שול…