אונזער געזעלשאפט איז א חידוש פון א בריאה וואס איז באזירט, ווי מיר האבן ליב זיך צו פארזיכערן, “בהררי קודש”. און זי איז טאקע אזא, באזירט אויף קדשי קדשים און געמאכט פאר אן ענגען קרייז פון דער עליטע. די מנהגים און מסורות זענען בגדר חוקים שאין לך רשות להרהר אחריהן, זיי האבן נישט קיין טעם און מען דארף זיי טאן בלויז דערפאר וואס גאט האט אזוי געהייסן. “ווייל אויב יא וועט איר געוואויר געווארן אז נישט נאר האבן זיי נישט קיין הענט און פיס, קאפ און הארץ, נאר אויך מיט אידישקייט האבן זיי גאר א לויזן שייכות.
איינע פון די פלאי-פלאימ’דיגע דערשיינונגען וואס מען טרעפט אין ערגעץ נישט אזוי גוט ווי ביי אונז, איז דאס אנכאפן דעם שטעקן ביי ביידע עקן. דער מהלך פון זיך סותר זיין מיניה וביה איז גוט לכתחילה, און אפגעזען פונעם פאקט אז אזא גאנג לויפט קעגן דער טבע און קען בשום אופן נישט אנגיין צו לאנג, גייען מיר ווייטער דערמיט ווי קיינמאל גארנישט. אזוי פירן מיר אונזער לעבן און וואקלען זיך זיגזאג אויף נישט-עקזיסטירנדע שינעס מיט’ן קאפ אין דער וואנט און מיט’ן פנים געוואנדן צום תהום. קיין מוט צו טאן סיי וואס איז קאנסטרוקטיוו אין סיי וועלכער ריכטונג האבן מיר נישט; שפאנען מיר האסטיג מיט די הענט פארשטעקט אין גארטל און די אויגן פרום פארמאכט, ווי גלייך ג-ט וועט כאפן גרויס התפעלות פון דער זעלבסט-אפנארעריי שפיל.
מיר מוטיגן עד שיאמר רוצה אני אונזערע דורות צו האבן וואס מער קינדער, אבער שטופן זיי אלץ טיפער אוועק פון סיי וועלכער מעגליכקייט צו קענען פארדינען דעם מינימום וואס פאדערט זיך אויסצוהאלטן א טיפישע אמעריקאנער פאמיליע. די קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט כל’ערליי משונה’דיגע גזירות, וואס זענען געווידמעט אך ורק “זיין אייגענער טובה” (וכמאמר החכם: “ס’טוט מיר מער וויי”), אבער דער דערציער פארגעסט נישט דערביי אונטערצוברימען דעם אייגנטליכן ציל אז דאס קינד זאל אים “פארשאפן נחת” אדער “אויפהערן דרייען א קאפ”.
אונזערע פארזארגערס זענען איבערגעגעבן און ברייטהארציג ביז גאר, אבער גאנצע קלאסן מיט קינדער וואלגערן זיך אויף דער גאס אדער זיצן און וויינען אינדערהיים, אינאיינעם מיט די עלטערן, וואס ווייסן נישט וואס די זיידענע פראים ווילן פון זייער לעבן האבן. יעדע זאך וואס סיי ווער סיי וואו אין דער מאכט-מאשין פאלט איין דארפן אלע אויספאלגן און דערביי אונטערשפרינגען קדוש דריי מאל דריי. אנדערש ביזטו אן אויבער-חכם און איינער פון “יענע”. פרואוו אבער ארויסקריכן דורך א שפארע אין די גראטעס, ווערן אלע פלוצים באפאלן מיט א נישט-וועלטישער מאס חסד. מען זארגט זיך פאר דיר און דיינע קינדער אין א גרעסערער מאס ווי דער “אב על בנים” וואלט אמאל געקענט רחמנות האבן אויף זיין בן יחיד.
דער זייער פשוט’ער אינסטינקט פאר מאכט און כבוד, און טאקע אויף א פרימיטיווען, מיטלאלטערליכן פארנעם, ווערט שיין איינגעהילט דוקא אין די הייליגסטע, ערהאבנסטע באגריפן. בושה און מורא לאזט מען איבער אלס געצייג קעגן יענע, וואס זענען נישט גרייט מקריב צו זיין זיך און דעם עתיד פון זייערע קינדער אויפ’ן מזבח פון גאוה און אבק של רציחה, וואס האט ביי די צדיקי הדור שוין לאנג ערזעצט דעם אנוכי ולא יהי’ לך.
אונטערהעצן קינדער קעגן די אייגענע עלטערן איז א מצוה מן המובחר, אויב די נעמליכע עלטערן וואגן אוועקצוטרעטן פונעם דרך הסלילה לנו דורך די סטאדעס בהמות און קי וואס לויפן דארט ציללאז אביסל פאראויס פון אונז. העצן קינדער קעגן א טאטן איז נאר אסור ווען דער העצער איז דער אנדערער ברודער און דער געהעצטער איז דער רבי זאל זיין געזונט לרפו”ש. ביי אנדערע געלעגנהייטן איז די העצעריי א רשות, און ווען מ’קען דערמיט גוט אנלערנען דעם ווידערשפעניגן טאטן איז עס א חיוב – אפילו די פאלגן דערפון וועלן פירן דעם קינד אויסצואוואקסן א פסיכישער קריפל.
“עת לעשות לה הפרו תורתיך” — אומשטענדן ווען ס’פאדערט זיך צו ברעכן א הלכה אדער דין, ווייל דער מצב פארלאנגט עס — ווערט אפירגעשלעפט דוקא פאר’ן צוועק פון צעשטערן די תורה און צעטרעטן אנדערע אידן. בין אדם לחבירו עקזיסטירט בלויז אין מוסר-ספרים, און זענען געמאכט געווארן בלויז פאר’ן צוועק פון זיי נישט איינהאלטן.
א שטעקן לאזט זיך אבער נישט שלעפן פון ביידע עקן. אזוי ארבעט די טבע. מיר זענען טאקע קלוגער ווי די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט דעם איבערוויגנדן רוב פון אידישן פאלק, וואס איז לעולם בטעות אריינגעפאלן ביי כלל ישראל און איז דא פאר’ן אויסשליסליכן צוועק פון אונז באזארגן מיט אלע געברויכן, אבער די טבע כאפט הפנים ווייניג התפעלות פון פייערדיגע קול קורא’ס און האניג-זיסע מליצות. שלעפט דעם שטעקן פון ביידע צדדים, און ער וועט זיך סוף כל סוף איבערברעכן.
גענוג אנגעטרינקען דעם עולם מיט מים המאררים און גענוג מאל אויסגעמעקט דעם אויבערשטנס נאמען. ס’איז צייט פאר דעם בויך פון דעם געשפענסט זיך צו שפאלטן, און באפרייען פון דארט די געזונטע, צעווייטאגטע גלידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.