Yiddish with an Aleph

איז גיוס בני הישיבות טאקע א גזירת שמד?

Is Drafting Yeshiva Students Really Like Forcing Conversion?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images

די פרומע וועלט אין וועלכער מיר לעבן האט א שטארקער חן, מיט אן אייגנארטיגן תמימות וואס נעמט אויס ביים הארץ. דאך זענען דא פאלן וואס איך פיל אז ס’טוט מיר שטארק לייד דער צוגאנג פון אונזערע מענטשן צו רעאליטעט, צו געשיכטע, און צו גרויסע פראגעס. אלעס ווערט געטון מיט אזא פארנעפלטקייט, מיט מיסטישע ווערטער, נישט אהער און נישט אהין, אן דערלאזן זיך דערקייקלען צום אמת. און דאס אלץ ווערט אודאי געטון אינעם נאמען פונעם אמת.

אפילו ביי די מער ציוניסטישע קרייזן אין דער חרדי’שער וועלט, איז פאראן א געוויסער אנשטעל פון אנטי-ציוניזם וואס ווערט ארויסגעשלעפט פונעם בוזעם אין צייטן וואס מ’צערייבט זיך אביסל מיט דער רעגירונג. וויל די רעגירונג נישט געבן מער געלט פאר די מוסדות? פאדערט מען אז די ישיבה בחורים זאלן גיין אין מיליטער? רופן גלייך אויס די חרדי’שע צייטונגען: “אה! סאטמארער רב איז געווען גערעכט!…” דאס איז במחילה זייער א קינדישער צוגאנג וואס הייסט: “דו ביסט כשר נאר אזוי לאנג ווי דו גיסט מיר נאך וואס איך וויל”.

פארשטייט זיך אז די היגע קנאים פרייען זיך שטארק ווען זיי זעען אזעלכע קנאי’שע ווערטער אין די “אגודיסטישע” צייטונגען, האלטנדיג אז דער אמת שווימט סוף כל סוף ארויף אויפ’ן אויבערפלאך. דער אמת איז אבער אז דער חרדי’שער ציוניזם איז בערך אזוי פארנעפלט ווי דער חרדי’שער אנטי-ציוניזם, און קיין איינס פון די צוויי איז נישט ערנסט. ביידע ווי איינער זענען א רעזולטאט פון א פראגמאטישן ענגען וועלטקוק, וואס איז אוועקגעריסן העט ווייט פון דער גרויסער רעאליטעט.

אין די יעצטיגע טעג קערט זיך איבער א וועלט מיט “גיוס בני הישיבות”. עטליכע ישיבה בחורים זענען שוין ארעסטירט געווארן פאר’ן נישט וועלן צושטעלן זיך אין מיליטער, און די חרדישע וועלט פייערט די “העלדישקייט” פון די בחורים וואס זענען גרייט צו שמאכטן אין תפיסה כדי זיך נישט צו בייגן פאר דער ציוניסטישער הערשאפט. איך בין אודאי מסכים אז דער מיניסטער יאיר לפיד האט געהאנדלט זייער נאריש, ביים אויסרופן א מלחמה קעגן דער חרדי’שער וועלט, וויבאלד די שאנסן אז ער וועט מצליח זיין זענען זייער קליינע. דאס הייסט אבער נישט אז מיר זענען גערעכט.

ווען ס’האט זיך געהאנדלט וועגן דער פראגע פון מאביליזירן זיך אין די אייראפעישע מיליטערן אין די מלחמות פונעם “פעלקער פרילינג” אין יאר 1849, אדער שפעטער אין די יארן פונעם ערשטן וועלט-קריג, האבן די רבנים שטארק באהאנדלט די פראגע צי פרומע אידן האבן דאס רעכט זיך ארויסצודרייען פון מיליטער, וויסנדיג אז אנשטאט זיי וועלן גיין פרייע אידן. גרויסע רבנים האבן גענוצט דעם כלל פון דער גמרא “מאי חזית דדמא דידך סומק טפי?” – און זיי האבן צוליב דעם גע’פסק’עט אז כל זמן מ’פאדערט פון אידן אין אלגעמיין זיך צו רעקרוטירן, האט נישט דער פרומער איד קיין רעכט זיך ארויסצודרייען.

איר ווילט דוקא מקורות? איך וועל ציטירן פונעם נודע ביהודה (מהדורא תניינא, יו”ד סימן עד): “לבי מהסס בדבר זה אם מותר לישראל להשתדל עבור איזה אנשים שלא יקחו אותם”, און זיין אויספיר איז: “בנידון דידן אף שיש נערים קלים ועוברים על איזה מצוות, אין אנו רשאים להעניש אותם כפלי כפליים ככל חטאותם ולסכן אותם בידים… אבל אם כבר בא הפקודה לאחד, קשה להורות להתיר להשתדל עבורו אם ע”י שזה יוצא לחירות ילכד אחר במצודה זו, ומאי חזית דדמא דהאי סומק טפי”.

(אויף אידיש: “דאס הארץ קווענקלט מיר בנוגע דער פראגע, צי א איד מעג שתדל’ען פאר געוויסע מענטשן אז מ’זאל זיי נישט נעמען אין מיליטער… כאטש ס’זענען דא פוסטע יונגען וואס זענען עובר אויף פארשידענע מצוות, האבן מיר נישט דאס רעכט זיי צו באשטראפן אזוי שווער פאר זייערע זינד, זיי אריינצושטעלן אין דער סכנה [אנשטאט אונז]… און אויב איז שוין געקומען דאס באפעל אויף איינעם זיך צו שטעלן אין מיליטער, איז שווער צו פסק’ען אז מ’זאל מעגן שתדל’ן פאר זיינעט וועגן, אויב ס’וועט אויסקומען אז דורכדעם וואס ער ווערט באפרייט וועט א צווייטער ווערן געכאפט אינעם נעץ. און ווער זאגט דיר דען אז דאס בלוט פון דעם איז רויטער פון יענעמ’ס?”)

דער חתם סופר (חלק ו’, ליקוטי שו”ת סימן כט) האלט אויך ווי דער נודע ביהודה, דאך באפרייט ער טאקע די ישיבה-בחורים לויט א מקור פון דער גמרא. די פראגע איז אבער וואס דער חתם-סופר וואלט געזאגט אין פאל וואס די גאנצע פרומע וועלט וואלט זיך באטראכט ווי ישיבה-בחורים, צוליב אזא אדער אנדערע סיבה.

איך בין זיכער נישט קיין בעלן אראפצושטעלן וואס די הלכה וואלט געזאגט אויף אונזער פאל, ווייל איך בין נישט קיין רב, אבער וויכטיג איז נאר זיך איינצוקוקן אין דעם קאנצענזוס וואס נעמט ארום די חרדישע וועלט, ווי גלייך ס’איז קלאר און זיכער אז נישט אונז מיינט מען ווען מ’דארף סאלדאטן פאר’ן מיליטער. מ’דארף אין אכט נעמען אז דער פאקט וואס דא האנדלט זיך פון א אידישן לאנד לייגט נאר צו מער סיבה אז מ’זאל דארפן גיין זיך רעקרוטירן. האבן דען נישט אידן פרובירט צו באשיצן זייערע שטעט אינעם מיטלאלטער, ווען זיי האבן נאר געהאט די מעגליכקייט צו טון אזוי? די פראגע האט באמת נישט צוטון מיט ציוניזם, נאר מיטן אנערקענען די מאמענטאלע רעאליטעט.

ס’טוט מיר וויי צוצוקוקן יעדעס מאל באזונדער ווי אונזער עולם לאזט זיך פארפירן פון סלאגאנען, שלאג-ווערטער און אויסגעדראשענע קלישעען. פארוואס קענען מיר נישט אויפוואקסן ווי נארמאלע מענטשן? פארוואס קענען מיר נישט זיין ווייניגסטנס אזוי רעאליסטיש ווי די תורה’דיגע ריזן וואס האבן געלעבט מיט ארום צוויי הונדערט יאר צוריק? פארוואס קענען מיר קיינמאל נישט קוקן דעם מציאות דירעקט אין די אויגן, אנשטאט אויסצופויקן אין די אויערן פון דער גאנצער וועלט אונזערע נארישע פשט’לעך פארוואס אונז קומט זיך א פטור? אויב וואלטן מיר זיך אפילו נאר סומך געווען אויפ’ן חתם-סופר וואס באפרייט בני תורה פון מיליטער, וואלטן מיר ווייניגסטנס נישט געטארט מאכן פראפאגאנדע אז קיין איין חרדי’שער איד זאל נישט גיין. דאס וואלט זיך געדארפט ווענדן אינעם באשלוס פון יעדן יחיד, פונקט ווי דער באשלוס צי מ’זאל בלייבן אין כולל אדער גיין ארבעטן איז געוואנדן אין יעדן יחיד.

די מנהיגים פונעם ערשטן דור חרדים אין מדינת ישראל זענען געקומען דירעקט פון אייראפע, וואו די חרדי’שע וועלט האט געלעבט מער רעאליסטיש, און ס’איז אנגעגאנגען א געזונטער דיאלאג מיט דער פרייער וועלט איבער די שפאלטנס פון היימישע און פרייע צייטונגען צוגלייך. דער צוגאנג פון יענע מנהיגים צו מדינת ישראל איז דעריבער אויך געווען אין איינקלאנג מיטן מציאות, און ס’איז ממילא געווען שטארק ציוניסטיש לויט אונזערע באגריפן. דער נייער דור, נישט געקוקט ווי שטארק ס’זענען זייערע געפילן צום לאנד, זענען זיי אבער מער צעמישט און פארנעפלט ווען ס’קומט צו באטראכטן רעאליטעט מיט א קלארן בליק.

דער מיטאס פון א “גזירת שמד” אין צוזאמענהאנג מיט דער גזירת גיוס, איז בכלל נישט אין פלאץ, און ס’איז ווי מ’זאגט אויף אידיש – געשאסן ארבעס אין דער וואנט… טויזנטער רעליגיעזע סאלדאטן דינען אין דער ארמיי, און איך גלייב נישט אז מיר האלטן זיי פאר משומדים. וואס שייך דעם חרדי’שן ציבור וואלט מען אפילו געקענט צושטעלן אייגענע דיוויזיעס פאר אונזערע מענטשן, ווען מיר וואלטן נאר געהאלטן דערביי. די אידן אין אייראפע, וועמען די רבנים האבן פארבאטן זיך ארויסצודרייען פון מיליטער, וואלטן זיך געפרייט מיט אזא מיליטער ווי דאס וואס מיר האבן אין ארץ-ישראל.

ס’איז א גרויסע בושה אז די ממשיכים פון די אמאליגע גדולים פון דער אגודה אין ארץ-ישראל, די היינטיגע רבי’ס און ראשי ישיבות, פירן זיך אויף אזוי ווען ס’קומט צו ברענענדיגע פראגעס פונעם אידישן פאלק אין ארץ-ישראל. מיר קענען זיך שעמען אויף דעם וואס מ’האט זיך דערלעבט אז צענדליגער טויזנטער חרדים גייען ארויס פראטעסטירן קעגן דעם וואס מ’פאדערט פון זיי נישט מער ווי דאס, אז זיי זאלן זיך צושטעלן מיטן שלעפן דעם עול פון באשיצן דאס לאנד. ס’איז א שאנדע אז די בחורים וואס גייען אין תפיסה פאר’ן זיך ארויסדרייען פון מיליטער ווערן באטראכט ווי העלדן, און דאס אלעס צייגט ווי ווייט מיר זענען אפגעריסן פונעם מציאות.

אויב צו גיין אויפ’ן פראנט צו באשיצן די אייגענע ברידער און שוועסטער הייסט א גזירת שמד, וואס זאלן מיר שוין זאגן? וואס זענען ווערט די אלע תורות וואס די חרדי’ישע צייטונגען פרעדיגן כסדר אין שטיצע פונעם מיליטער, אויב דאס אלעס ווערט צעבלאזן ווי שטרוי אין צייט פון א נסיון? אזא אידעאלאגיע איז נישט ווערט דאס פאפיר אויף וועלכן ס’איז געשריבן. היות אז דאס שטאמט נישט פון שלעכטס, נאר איינפאך פון אן אומערוואקסנקייט, איז צום האפן אז דאס וועט פארבייגיין מיט דער צייט, און די ליבשאפט צו ציון, און צום אידישן פאלק וואס וואוינט אין אירע גרעניצן, וועט ענדליך זיין א ליבשאפט אנע גרעניצן, און ס’וועט זיך נישט אונטערגעבן אפילו די שווערסטע נסיונות.