Yiddish with an Aleph

ס'אלול'ט זיך אין הארץ

The Somber Month of Elul in My Heart

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

ס’איז אלול — א צייט צו מאכן א חשבון הנפש. דער חשבון הנפש איז א פערזענליכער אריינקוק, וואס יעדער מענטש דארף ביי זיך דורכפירן. איך, טאטע אין הימל, האלט אינמיטן אזא חשבון, און די מסקנא פירט מיך אויפצוהייבן די הענט אין יאוש.

„אויפהייבן די הענט‟ ווערט געווענליך אויסגעפירט מיט די ווערטער „צום הימל‟. יאוש איז אסור. א איד טאר קיינמאל זיך נישט מייאש זיין. אזוי האט מען אונז געלערנט.

אזוי האט מען אונז געלערנט, און אזוי, רבונו של עולם, וועל איך טאן. כ’וועל זיך נישט מייאש זיין. די הענט וועל איך אבער לאזן אויפגעהויבן. הענט הייבט מען אויף, ווען מ’זעט זיך אין א פלאנטער אן קיין וועג ארויס. יאוש איז נישט גוט? איז נישט. זאלן די הענט בלייבן אויפגעהויבן צו דיר אין תפילה. אויפגעהויבן, טאטע, וועלן זיי אבער מוזן בלייבן.

אמאל, מיט יארטויזנטער צוריק, האסטו אויף דער וועלט אראפגעשיקט מלאכים. דאס איז געווען נאך דעם וואס די הימלישע באשעפענישן האבן געקרימט מיט דער נאז אויף די מעשים פון די ערדישע קינדער. דו, טאטע, האסט זיי געפרואווט אויפקלערן, אז דארט אונטן איז אנדערש ווי דא אויבן. דא קען זיך דאכטן, אז די מענטשן זענען סתם משוגע און מטורף פאר’ן זיך אויפפירן שלעכט און געמיין. אונטן, האסטו די מלאכים פרובירט מסביר זיין, געפינט מען זיך אין אן אנדערער פאראדיגמע, און וואס איז דא קלאר איז דארט ווייט און מטושטש.

די מלאכים זענען טאקע אראפגעקומען אהער, און גאר שנעל פארפאלן געווארן אינעם זעלבן תוהו ובוהו ווי די, וועמען זיי האבן פריער פון אויבן אזוי שארף קריטיקירט.

דו, רבונו של עולם, ווייסט און פארשטייסט אונזערע שוועריגקייטן. דו ווייסט וואס מיר גייען דורך בעסער נישט נאר ווי מלאכי מעלה נאר אויך מענטשן דא אונטן. דו ווייסט אז די מענטשן, קאלעגע שוואכע פלייש-און-בלוט בני אדם, וואס טרייבן אונז דא אונטן, ווייסן אזוי ווייניג וועגן אונזער לעבן, ראנגעלנישן, פיין און יסורים. מיר ווילן זיין גוט, אבער אנשטאט העלפן, אדער כאטש נישט שטערן, טרייבן זיי אונז מיט בייטשן פארצוזעצן אויף א וועג פון הארט און קאלט כלפי דיר, און גניבה, גזילה, אונאה כלפי זיך אליין.

פאלשע מענטשן טרעטן אויף אונז און אונזערע קינדער. נישט אלע פון זיי זענען פארדארבן. פאראן צווישן זיי אזעלכע וואס האבן יא גוטע כוונות. אבער אפילו די וואס מיינען נישט שלעכט, זענען אויך געשלאגן מיט יענער בלינדקייט וואס איז באפאלן די מענטשן פון סדום, איידער די שטאט איז דורך דער געטליכער האנט פארוויסט געווארן. זיי זענען בלינד און דרייען זיך בלינדע ארום אונזער הויז, וואו זיי טאפשען אין דער פינסטער זוכנדיג דעם וועג אריין צו אונזערע הערצער.

זיי קענען די טיר צו אונזערע הערצער נישט געפינען, און וועלן דארט נישט אריינגיין אפילו מיר זאלן זיי לאזן. זייער גאנג איז קרום; דער וועג וואס פירט צו אונזער הארץ אריין איז גלייך און גלאט. אפילו זיי זאלן יא אויסבויערן א קרומען לאך, אדער אראפרייסן די טיר, וועלן זיי אויך נישט אין אונזערע הערצער אריינגיין. זיי זענען פעט און ברייט; ביי אונז איז דאס הארץ איינגעשרימפן, פאראנגסט, איינגעקורטשעט פון ווייטאג. גרויס און אויסגעשפרייטקייט האט דארט נישט קיין צוטריט.

ס’איז שווער, דאס לעבן. ס’איז שווער נאכצוקומען און אנצויאגן מיט די מענטשליכע און געזעלשאפטליכע געברויכן. געברויכן איז א קליין, באשיידן ווארט, וואס נעמט אבער דאהי ארום אזויפיל פונעם לעבן. עס פאדערט אומאויפהערליך און כדי צו שטילן זיין אפעטיט דארף מען באצאלן מיט אלע טעג פונעם לעבן אויף דער וועלט. די מענטשן וואס האבן זיך אויף אונז ארויפגעזעצט ווילן נישט פארגרינגערן, און ווי פרעה נאך דעם וואס דער ערשטער פאסטוך אונזערער האט זיך באקלאגט, ווערן תחנונים און געבעטן אפגעענטפערט מיט פארשווערן דעם יאך און צולייגן נאך בייטשן, נאך שלעגערס.

ס’איז שווער. מ’לאזט אונז נישט לעבן און מ’שטערט אונז צו זיין אידן. ס’איז שווער צו דאווענען און אפילו דאס זיך מצמצם זיין אויף א רגע, צו קענען דיר זאגן וואס ליגט אונז אויפ’ן קאפ, ווערט כסדר געשטערט מיט דאגות וואס מענטשן וואס פארשטייען צו גארנישט אויסער טרעטן און דריקן לייגן כסדר צו. ס’איז שווער צו זאגן א גראד ווארט, און אפילו דאס אויסטראכטן צו דיר א לויטערע מחשבה קומט נישט אן גרינג.

מיר זענען, רבונו של עולם, ווי יענער פאסטוך וואס האט נישט געקענט קיין איינציג ווארט, און האט א באהערשטער פון אהבה צו דיר זיצנדיג אליין אויף א שפיץ בארג אריינגעבלאזן אין זיין פייפערל מיט גאנצן כוח.

העלף שוין, טאטע. באפריי אונז פון דעם שמונה-בגדים גלות. דער אויבנאן איז צו א שווערער יאך צו שלעפן ווייטער. נעם עס פון אונז אוועק. זאל יעדער זינגען און פייפן צו דיר אויף זיין שפראך, לויט זיין פארשטאנד און מיט דער נאטור וואס דו, רבונו של עולם, האסט אים געגעבן.

ויאמר כל אשר נשמה באפו ה’ אלוקי ישראל מלך. דו ביזט דער קעניג אויף זיי, נישט אן עבד אין די הענט פון שוואכע, מאכט-הונגעריגע מענטשן. ומלכותו בכל משלה, אריינגערעכנט דער מזרח-וואנט, און הויכע שטולן, לוקסוריעזע אויטאס, און ווייטע וואקאציע ערטער.