Yiddish with an Aleph

וואס א מין אידן זענען די בעלי תשובה?

Who are the Born-Again Jews?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

אויף מיינע לעצטע פאר ארטיקלען האב איך באקומען פארשידענע קאמענטארן פון מענטשן, און איך האף אז כ’וועל אנקומען אמאל זיך צו באציען כאטש צו די וויכטיגע. וואס מיר איז אבער דאס מערסטע געפעלן געווארן איז דער פאלגנדער קאמענטאר וואס עמיצער האט מיר פארגעווארפן קעגן דעם וואס איך האב דערמאנט די הונדערטער טויזנטער בעלי תשובה אין ארץ-ישראל. „אפשר קענסטו מיר זאגן וועגן וואס א בעלי תשובה ס’רעדט זיך דא?‟ האט יענער געפרעגט. „די טויזנטער בעלי תשובה זענען דאך אין אמת’ן ווייטער פוסטע חילונים למחצה לשליש ולרביע. מיט אזא פרומקייט ווי דאס וואס זיי האבן האט דער שטן נישט קיין פראבלעם…‟

„ס’טייטש?‟ האב איך פרובירט מיט יענעם איינצו’טענה’ן, „וואס פעלט דען פאר די דארטיגע בעלי תשובה? מיט וואס זענען זיי שוואכערע אידן פון אונז?‟ און יענער האט מיר גערן ערקלערט זיין כוונה: „רוב פון די חברה האבן נישט קיין שום פראבלעם צו גיין ווייטער שטודירן אין אוניווערזיטעט, אדער ארויסצוגיין פארברענגען מיט זייערע ווייבער אויף כל-ערליי פינסטערע מקומות. נאך מער, זיי האבן אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיצן מענער און פרויען ביי איין טיש און ארומלאכן אדער ארומשפילן אינאיינעם‟.

איידער איך באצי מיך צו דער פראגע, וואלט איך עס פריער געוואלט פארשטיין. קודם כל וואס זענען די פינסטערע מקומות וואו די בעלי תשובה באזוכן אנגעבליך מיט זייערע ווייבער? איז עס א פארק ערגעצוואו אינעם גליל, וואו די פארפעלקער פון די בעלי תשובה ווערן געזען ווי זיי בראטן פלייש אונטערן פרייען הימל? אדער איז עס א סטאדיום וואו זיי גייען אמאל באזוכן כדי צו זען די באל-שפילן? אדער איז עס נאך ערגער, וואס זיי גייען אמאל זען א פילם אין קינא?

דער אמת איז אז דער גרעסערער טייל פון די בעלי תשובה וואגן זיך נישט צו טון קיין איינע פון די אלע זאכן, אויס מורא אז מ’וועט זיי נישט האלטן „פאר די ריכטיגע‟, און זיי טוען אלעס וואס איז מעגליך צו ווערן אנגענומען אין אונזער געזעלשאפט, נאר כדי געוואר צו ווערן עטליכע יאר שפעטער, ווען זיי דארפן אריינגעבן די קינדער אין די מוסדות, אז אונזערע אידן שפייען זיי סיי ווי אויס, צוליב דעם וואס זיי זענען סוף כל סוף נישט געבוירן אין אונזער קולטור, און זיי זענען נישט באקאנט מיט די אלע פיטשעווקעס פונעם חרדי’שן שטוב.

נאך אלעמען, לאמיר זיין אויפריכטיג, קען דאך דער בעל-תשובה נישט אויסמעקן אינגאנצן זיין פארגאנגענהייט. אויב ער איז אויפגעוואקסן מיט ליבשאפט צום לעבן, מיט ליבשאפט צו נאטור, מיט ליבשאפט צום אידישן פאלק, מיט ליבשאפט צו אונזער געשיכטע און אונזער לאנד, וועט עס מסתמא נישט אזוי גרינג אויסגעריסן ווערן גלייך ביים אריינקומען אין דער חרדי’שער געזעלשאפט. אמת טאקע אז ער פרובירט דאס צו פארשטופן ווי ווייט מעגליך, אבער סוף כל סוף זשומעט זיך אים נאך ערגעץ אין מוח די לידלעך פון עופרה חזה און אייל גולן, און אין זיין נשמה ברענט נאך א הייליג פייער וואס רופט צו גאט מיט אן אמת.

לאמיר נישט פארגעסן אז דער בעל-תשובה האט געמאכט א לאנגען וועג ביז ער האט באשלאסן אנצוהייבן היטן שבת און מקפיד זיין אויף כשרות ווי אלע פרומע אידן, און דאס האט ער זיכער געטון מכח א טיפע איבערצייגונג וואס נאר ווייניג חרד’ישע אידן האבן. אזא מסירות-נפש קומט נישט פון א צייטווייליגע התעוררות וואס דערוועקט זיך אמאל שבת ביי לכו נרננה, נאר דאס איז א רעזולטאט פון א לענגערן פראצעדור, אין וועלכן דער מענטש ווארפט זיך מיט ייסורים אהין און צוריק, און ס’מוז זיין עפעס א באהאלטן קול אין דער נשמה וואס טרייבט אים צו גיין ווייטער און ווייטער און נישט אויפגעבן.

פאר אונז קען זיין שווער אויפצוכאפן פון וואנעט ס’נעמט זיך צו א מענטש אזא גרייטקייט צו נעמען ערנסטע טריט אין לעבן, ווייל מיר זענען איבערהויפט געוואוינט צו לעבן נאר מיט קליינליכע חשבונות, און מיר זענען נישט גרייט צו טון גארנישט פאר’ן באשעפער’ס וועגן. מיר האבן גארנישט אין קאפ אויסער זיך אליין, און יעדער געדאנק וואס פאדערט א מסירות נפש פאר’ן כלל, אפילו נאר ארויסצוגיין פון דער אייגענער באקוועמער זאנע לטובת הכלל (אפגערעדט שוין וועגן זיך אנשליסן אין מיליטער, אויף וועלכן מיר האבן געשאפן א מיטאס פון „גזירת שמד‟), איז ביי אונז פולקאם אויסגעשלאסן. מיר זענען געוואוינט צו לעבן אויפ’ן חשבון פון רעגירונגס-פראגראמען, בעת מיר האבן נישט קיין סך חשק צו ארבעטן און זיך פארנעמען מיט זאכן וואס צווינגען אונז צו באקענען די רעאליטעט פון לעבן.

ס’איז דעריבער זייער נאטירליך אז מיר זאלן האבן שוועריגקייטן צו פארשטיין די נשמה פונעם בעל-תשובה, אדער אפשר אפילו פונעם דורכשניטליכן ישראלי בכלל, נישט נאר דער בעל-תשובה, און וואס מיר זעען איז נאר יענער פונק וואס גליט נאך אין זיינע אינגעוויידן, און ס’איז נאכנישט אינגאנצן פארלאשן געווארן ביים אנשליסן זיך אין אונזער גרופע, און פאר אט דעם פייערל פסל’ען מיר אים אפ אלס איינער וואס איז „נישט פון די אמת’דיגע‟. דער חשבון וואס מיר מאכן זיך איז אזא: „וואלט ער געווען אן אמת’ער חרדי, וואלט ער קיינמאל קיין בעל-תשובה נישט געווארן…‟

ס’איז דערפאר טאקע א שאד אז דער בעל-תשובה זאל פרובירן, כאטש פון זיין זייט, צו ווערן אנגענומען אין אונזער געזעלשאפט, ווייל אין תוך גערעדט איז די סינטעזע לכאורה אן אוממעגליכע. ביי דעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין אונזער חינוך איז די תורה צו אמת’דיג, און דער תנ”ך צו ממשות’דיג. די שפראך וואס ער נוצט צום באשעפער איז די שפראך פונעם איד וואס געדענקט זיין געשיכטע, און ער פארשטייט אז דאס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט בלויז צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען ס’איז פארגעקומען די היסטארישע טיילונג צווישן ארטאדאקסן און רעפארמער, נאר דוקא היבש פריער, און אין גאנץ אנדערע אומשטענדן. ער קען זען דאס פאלק אין ברייטערע טערמינען, פילנדיג די ברודערשאפט אויך כלפי דעם אלגעמיינעם איד, און א זארג וואס גיסט זיך איבער צו אידן פון גאנץ אנדערע דענאמינאציעס.

די אידישקייט ביי אזא איינעם שפילט זיך ממילא אויס אין סך א גרעסערן שטח, און די באציאונגען קערן זיך אן מיט אַ סך א גרעסערן גאט. דער בעל-תשובה פילט צו שטארק דעם דירעקטן המשך וואס פארבינדט דעם איד צו זיינע אבות, און די פסוקים פון די נביאים קלינגען אפ הילכיגער און שארפער אין די אויערן פון דעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין אונזערע חדרים. זיין אידישקייט דרוקט זיך אויס אין די באציאונגען וואס ער פירט מיט א גאט וואס רעגירט נישט נאר אויף די חרדישע שיכון’דעלעך, נאר אויך אויף דער גאנצער וועלט, אירע ביליאנען בירגער, און איר ענדלאזע שיינקייט.

נאר וואס, סוף כל סוף קען מען נישט זאגן אז ס’איז אוממעגליך זיי איבערצומאכן. פאקטיש האבן מיר מצליח געווען איבערצורעדן טויזנטער בעלי תשובה צו ווערן א טייל פון אונזער קהילה, מיר האבן זיי אנגעטון אין שווארץ און ווייסע קליידונג, און דערמיט האבן מיר פרובירט אויך זייער אינערליכע נשמה צו פארבן אין אט די צוויי בלויזע קאלירן. דערפאר אויב א בעל-תשובה איז גרייט זיך צו שווערן אז ער איז אן אונזעריגער, דארפן מיר דאך אויסשטרעקן די הענט צו אים, און ס’איז נישט מענטשליך צו פארקלאפן אויף אים די טיר. ער זעט אויס מאדנע? נו אודאי, ער גייט דאך קעגן דעם שטראם פון זיין גאנצן פנימיות, קען עס ממילא נישט זיין נאטירליך, אבער אין דעם זענען מיר אליין שולדיג, און מיר קענען נישט ווייזן דעם רוקן ווען ס’האלט שוין ענדליך ביי דעם וואס מיר האבן געוואלט…