אידישקייט ווייסן מיר דאך איז נישט בלויז א רעליגיע, נאר אויך א פאלקשאפט. אזוי איז עס באשטימט אין דער תורה, און אין אלע תפילות וואס מיר זאגן שוין צוויי טויזנט יאר. איז אבער דא עפעס וואס פארבינדט אונז טאקע מיט אונזער פאלקס וועזן? די אידישע היסטאריע האט מען מיט אונז אין חדר נישט געלערנט, דעם דקדוק פון אונזער שפראך האט מען גע’פסל’ט, די לידער מעגן אויך נאר האבן א רעליגיעזן אינהאלט, און צו זינגען א פשוט פאלקס-ליד איבער א בלומעלע וואס וואקסט אין גארטן, איבער א פייגעלע וואס פליט פארביי אין הימל, איבער א ליבע פון א יונג פארפאלק, אדער אפילו א ליד פון די „שירי ציון‟, ווי ס’האבן עס די לויים געזינגען אויף די טייכן פון בבל, איז פאר אונז צו פרעמד.
ניין! ס’איז א ליגן צו זאגן אז מיר זענען ערצויגן געווארן ווי אידן. איבער דער וועלט זענען פאראן מיליאנען אידן, אבער אונז האט מען אפגעריסן פון זיי. מ’האט אונז געלערנט אז יענע זענען נישט „ריכטיגע‟, ווי גלייך ס’וואלט שייך געווען אונטערצושיידן אינעם בלוט צווישן ברודער און ברודער. מיר קענען נישט זאגן בשום אופן אז מ’האט אונז דערצויגן ווי אידישע פאלקס-לייט, בשעת אונזער אידישקייט האט א פנים נישט מער ווי אן אינסטיטוציאנאליזירטע רעליגיע, אן קיין געהעריגע אידענטיטעט. אפילו די הייליגסטע שריפטן פון אידן, די פיר און צוואנציג ספרים פונעם תנ”ך, האט מען אונז געראטן אויסצומיידן, וויבאלד זיי שמעקן נישט גענוג „אידישליך‟.
מיינע רבי’ס, ווילט זיך מיר אויסשרייען, איך בין א איד! איך וועל אין אייערע תורות מורד זיין, וואס איר האט מיך געלערנט אין חדר וועל איך אויסשפייען, ווייל דאס אידישע הארץ אין מיר שרייט קעגן דער עוולה וואס מ’האט מיט אונז געטון, וואס מ’האט אונז בא’גנב’עט פון דער אידישער ירושה. איך בין א איד, על אפכם ועל חמתכם. איך בין שטאלץ מיט מיין אידישקייט, מיט דער תורה פון אונזערע נביאים, און מיט אלע אוצרות וואס אונזער פאלק האט ארויסגעגעבן. אויב דער תנ”ך איז אייך נישט גענוג הייליג, קענט איר במחילה גיין מיט אייער רעליגיע צום ונתנה תוקף. מיר איז גוט און פיין מיט דער תורה פון אונזערע אבות, מיר איז גוט צו לעבן אין זייער פאלקסטימליכקייט, צו באקענען זייערע דערגרייכונגען און אפילו זייערע זינד. די זינד פון אונזערע אבות איז אונזער געשיכטע, און מיר וועלן פון דעם זיך לערנען אז א פאלק האט אלע מיני צייטן, בעסערע און שוואכערע.
און אייגנטליך, וואס איז געווען דער חטא פון אונזערע גרעסטע דם-שונאים, די משכילים און די ציוניסטן? מיט וואס האבן זיי זיך אזוי שווער פארזינדיגט אז מיר ווילן זיי נישט פארגעסן אויך היינט, ווען ס’איז שוין לאנג קיין זכר נישט געבליבן פון דער אמאליגער השכלה און ציונות, און מיר שעלטן באזונדערס די פרומע מענטשן וואס האבן געהאט א שייכות מיט יענע אידעאלאגיעס? האבן יענע אידן אפשר צופיל געגריבלט אין אידישע זאכן? איז אפשר זייער עיקר זינד געווען וואס דאס אידישע הארץ האט זיך אין זיי צעוואקסן אין דער גאנצער נאקעטקייט, כיום היוולדה, אן די אנגעלייגטע שטויב וואס האבן געדראעט איר צו באגראבן אויף אייביג?
ניין, מיינע רבי’ס, ניין און ניין! איך בין מורד אין אט דעם אלעמען וואס איר האט מיך געלערנט. איך שטויס דאס אפ מיט א ווילדקייט, און איך בעט אייך ברחמים איר זאלט מיר זיי מער נישט אנווארפן. איך וועל אייך דערויף נישט מוחל זיין מער. פארוואס האט איר מיך אריינגעווארפן אין טיפע שולד געפילן יעדעס מאל וואס איך האב געוואלט אויסדרוקן מיין ליבע צו אונזער אייגן לאנד? פארוואס? ווער האט אייך געגעבן דאס רעכט דערצו? פארוואס האט איר פון מיר צוגענומען דעם געשמאק וואס יעדער נארמאלער מענטש האט, צו לאזן פריי לויפן זיין ליבשאפט צו זיין אייגן שטיקל ערד, צו זיין היסטארישן לאנד? צו זיין פאלק און זיין פארגאנגענהייט?
דאס אידישע לאנד איז מיר טייער. איך געהער צו דעם לאנד נישט נאר ווייל דארט איז געשטאנען אונזער בית-המקדש, אדער ווייל דער גליל איז צעזייט מיט קברים פון אידישע תנאים און אמוראים, נאר ווייל איך אליין געהער צו איר ערד. איך בין א קינד פון די ארץ-ישראל’דיגע ביימער, פון די דארטיגע פעלזן און זאמדן. איך בין אן ארץ-ישראל’דיגער וויבאלד מיין טאג-טעגליכקייט איז דורכגעווייקט אין איר אנדענק. נישט נאר ווי א פרוש וועלכער קלאגט אויף פארגאנגענע יארן, אויך נישט ווי א כאניאק וואס שטעלט אש אויפ’ן קאפ און רעכט אפ תיקון חצות, נאר ווי אן אומדערצויגן קינד וואס בענקט נאך א ברוסט. נישט מיט ר’ אלעזר הקליר’ס לידער, נאר מיט ר’ יהודה הלוי און נעמי שמר… אין די טראפן פון ארץ-ישראל’דיגן וואסער, אין דעם בלא פון איר הימל, אין איר סעקטארישן מישמאש, אפילו אין די קללות פון די אויטא-שאפערן, דערקען איך מיין אייגענע קינדהייט.
פארוואס למשל דערמאנען מיר דעם נאמען פון הרב קוק נאר מיט א שיינעם טיטל צוגעטשעפעט צו דעם, כמיטב מסורת הקנאות? דאס איז אודאי אויך נישט אומזיסט. הרב קוק איז אן א ספק געווען א איד! אן אמת’ער איד! דער חינוך וואס מיר האבן באקומען איז אפנים נישט געמאכט פאר אידן. די תורה פון אונזער חינוך ווייזט ארויס אפשיי צו פאלקשאפט, צום אינערליכן מענטשליכן הארץ. זאל איך וויינען? זאל איך שרייען? וואס וועט דאס מיר העלפן? מ’האט פון אונז צוגעגנב’עט אן אידענטיטעט, מ’האט פון אונז בארויבט דאס סאמע וויכטיגסטע, דאס סאמע הייליגסטע, דעם תנ”ך, די שפראך, דאס לאנד, דאס געפיל צו אונזערע ברידער. אפילו אונזער רעליגיע האט מען פארגליווערט און פארשווארצט דאס פנים.
א מרידה! א מרידה! מיר וועלן זיין די ערשטע ארונטערצורייסן די פאלשע תורות, און נאך אונז וועלן נאכקומען א רייע פון פריש-דערוועקטע אידן וואס וועלן דערוואכן מיט אידישן שטאלץ און גיין אפנעמען מיט געוואלד אונזער מסורה, אונזער פארגאנגענהייט, אונזערע שריפטן און אונזער אמת’ע אמונה. אונז האט מען געלערנט אין חדר אז מ’דארף גאר קיין שרעק נישט האבן קעגן די נביאי הבעל, און אז מיר זעען ווי מ’האט אונז געפירט אין באד דארפן מיר אלע אויפשטיין און פעסט אויסשרייען: “ה’ הוא האלקים!” דער גאט פונעם תנ”ך, דער גאט פונעם אידישן פאלק, דער גאט פונעם אידישן לאנד, אט דאס איז אונזער גאט. אוועק מיט די רבי’ס, אוועק מיט די עבודה זרה’ס. מיר האבן נאר איין גאט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.