א סך מענטשן האלטן אז דער אנטי-עסטאבלישמענט עלעמענט אין אונזער לאגער באשטייט פון אנגעגעסענע מענטשן, וואס וואלטן לעולם געוואלט אראפווארפן דעם גאנצן יאך פון תורה און אידישקייט; היות זיי זענען למעשה שטעקן דא, פרובירן זיי צעברעכן דאס געשעפט פון אינעווייניג.
אזוי וואלט מען אויבנאויף געקענט מיינען. לעבן מיר אבער היינט אין אן אפענער וועלט, אין וועלכער די דיסטאנץ פון ארויסלאזן א שקר ביז’ן אים דעמאסקירן איז אזוי גרויס ווי פונעם מענטש ביז’ן נאענסטן קאמפיוטער. מחוץ למחנת האינטערנעט הערט מען נאר וואס די קאנטראל וויל פארקויפן. אויפ’ן אינטערנעט הערט מען אבער וואס דער עולם האט באמת צו זאגן. און דארט הערט מען זינגען גאר אן אנדערן ניגון.
כ’האב זיך גענומען די מי און אביסל אומגעקוקט און ארומגענאשט איבער די אנליין פארומס און שמועס-צימערן. מיר קומט אויס אז די אזויגערופענע סיסטעם-קריטיקירערס באשטייען אין גרויסן טייל פון געווענליכע, דורכשניטליכע יונגעלייט. דאס איז איין חידוש. דער צווייטער חידוש איז, אז דער מאטיוו וואס טרייבט די מענטשן צו קריטיק איז נישט די אנגסט פון א געצווינגענער אידישקייט, נאר דווקא פארקערט: א טיפן רצון צו לעבן ווי נארמאלע אידן און נארמאלע מענטשן.
ס’איז זייער קלאר אז מיר זענען ווייט פארקראכן. די חרדישע קולטור איז נישט אידישקייט. זי פארמאגט אידישקייט אויך, אבער יהדות איז זיכער נישט איר יסוד. חרדיזם וואלט טאלערירט דאס צעטרעטן די וויכטיגסטע עיקרים אין אידישקייט, אויב שטעלן זיי א געפאר צו איר זיכערהייט. „זי וואלט‟, זאג איך? זי טוט! זי טרעט בפועל און למעשה אויף הלכות און עיקרים מיט גרויסע, שווערע טריט. נישט נאר איר זיכערהייט ווי א קולטור קומט פריער ווי אידישקייט, נאר אויך די פשוט’ע, שוואכע מענטשליכע אימפולסן און אינסטינקטן, ווי כבוד, נצחון, מאכט, קומען פריער – אַ סך, סך פריער – ווי יהדות. אויף דעם זענען עדות די מעשים און פעולות פון די פירערס פון די אלע קעגנערישע צדדים אין כמעט יעדער גרויסער קהילה אינעם עולם החרדי.
עולם המון עם איז בדרך כלל אַ סך בעסער ווי די פירערשאפט פון די קרייזן זייערע. אלץ מער מענטשן איבלט און מיגלט דאס כאזעריי מיט די קריגערייען און אמפערנישן, און מ’זוכט א וועג ארויס. די מחלוקות און חשבונות זענען גרויליג אפילו פאר זיך; א פשיטא ווען דאס טרייבט צו פארשוועכן דעם אויבערשטנ’ס נאמען און פשוט’ע מצוות מעשיות – אריינגערעכנט די פאר וועלכע אידן האבן זיך אין אלע דורות אויסגעשטרעקט די העלזער.
דער מלך איז נאקעט און גענוג א גרויסע צאל מענטשן דערציילן זיך עס מפה לאוזן. דאס שושקעריי פליסטערט שוין, און עס קען נישט צו לאנג געדויערן ביז קולות וועלן גיין. אויפ’ן אינטערנעט, וואו א וואקסנדער פראצענט פונעם עולם זיצט און רעדט און הערט, הערן זיך די שטימען שוין מיט קולות וברקים. אין שול און פאליש, דארט ווערן די שטימען נאך געהאלטן צו שעפשערייען. ווי לאנג, דענקט איר, וועט עס געדויערן ביז דאס ערשטע געשריי וועט ארויספלאצן? קיינער קען דאס נישט פאראויסזאגן. אזויפיל יא, ווען ס’וועט געשען, וועלן דערויף אפענטפערן טויזנטער ווידער’קולות… ווער ס’וויל זיך עקשנ’ען אז דאס זענען סתם פוסטע ווערטער, זאל מוחל זיין און אביסל לייענען וואס א ריזיגער ציבור פון די זעלבע מענטשן וואס איר זעט אין שול זאגן אנליין.
עולם ווייסט און פארשטייט גוט וואס דא גייט פאר. דער ציבור זעט ווי די עטאבלירטע חרדישע קהילות זענען ווייט פארפארן פון גלייכן וועג, און זענען באין אופן נישט מסכים צו שווימען מיט דעם וואנזיניגן פלייץ בלי שום ריכטונג. זייער א סך וואלטן זיך שוין לאנג ארויסגעריסן און געמאכט שבת פאר זיך, אבער מען לאזט נישט. די גאר ווייניג יחידים וואס זיצן ביי די לייצעס ווילן נישט אפשטעלן דעם מטורפ’דיגן געלויף פון די פערד אפילו אויף א רגע. זיי שרעקן זיך, אז דער בעל הגלה וועט זיך טרעפן טרייבן א ליידיגן וואגן.
כל זמן די וואס האבן געוואלט אפשטייגן זענען געווען אזעלכע וואס האָבן בכלל נישט געדארפט דעם גאנצן עול פון אידישקייט, איז נאך שייך געווען צו האלטן יענע אין די ראמען. גערעכט צי נישט – רוב-רובם פונעם היימישן ציבור איז נישט מסכים צו יענעם מהלך, און יענע זענען געבליבן איינצלנע יחידים, אויסגעשפרייט און אויסגעווארפן דא און דארט. האלטן מיר אבער היינט אז די מענטשן וואס ווילן פון דא אוועקגיין זענען נישט מקצה המחנה, נאר פון טיף אין צענטער פונעם לאגער. און דאס זענען נישט קיין אידן וואס זוכן הפקרות, נאר דווקא דאס פארקערטע: אידישקייט, ערליכקייט, חסידישקייט. זיי זענען זייער באקוועם מיט זייערע מיינונגען און שטרעבונגען, און די סיבה צו זייער שטילקייט איז נישט בושה, נאר פחד.
זיי האבן מורא פאר די מוסדות און אנדערע אינסטיטוציעס וואס זענען פארכאפט געווארן דורך זייער פשוט’ע מענטשן וואס האבן זיך צוגעטיילט זייער שיינע טיטלען און נאך שענערע פאזיציעס. יענע מענטשן האבן צום אויבנאן מיטגענומען זייערע מידות און שוואכקייטן פון הינטער’ן אויוון, און טעראריזירן דעם ציבור מיט אלע מיטלען וואס שטייען זיי צו דער האנט.
אבער די שטילע רעוואלוציע וועט נישט צו לאנג בלייבן שטעקן אנליין. מענטשן זענען נישט משוגע און כמעט יעדער שמעקט שוין דעם שקר, בפרט ווען דאס געשטאנק שלאגט פון קאפ.
פריער צי שפעטער וועט די רעוואלוציע זיך ארויסרייסן פונעם אינטערנעט און זיך אריינטראגן אין ביהמ”ד און די מוסדות. איר ווייסט פארוואס? ווייל די „רעבעלן‟ זענען נישט קיין פוסטע מה-יעשה’ניקעס, נאר פארנעמען רוב זיץ-ערטער אין שול און רוב קלאסן אין די בתי חינוך.
ס’וועלן זיין קרבנות, אבער די שולדיגע וועלן זיין די, וואס טרעטן יעצט אויפ’ן ציבור און אויף דער תורה מיט גרויסע, גענעגלטע שטיוול. זיי זענען שולדיג אין די קרבנות וואס פאלן יעצט; זיי זענען די שולדיגע אין די קרבנות פון דעמאלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.