זייער א סך זאכן האבן פאסירט במשך די לעצטע צוויי וואכן. ס’קומען כסדר פרישע נייעס פון ארץ ישראל, איינס מער אומאנגענעם פונעם צווייטן, און איין גאט ווייסט וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן אינעם עתיד. צוערשט זענען א גרופע פון אידישע בחורים פארכאפט געווארן און צעריסן די הערצער פונעם אידישן פאלק, און דערנאך איז געקומען א נקמה-אקט פון א גרופע עקסטרעמע מיליטאנטן וואס האבן זייער כעס אויסגעגעבן אויף אן אראביש קינד פון דער ירושלימ’ער אומגעגנט. אויב מיר זענען נישט גענוג משוגע געווארן פון דער עצם טראגעדיע וואס האט זיך געטראפן מיט די דריי בחורים, האבן מיר זיכער געפילט ווי מיר ווערן משוגע ביים הערן איבער דעם ברוטאלן, אומ’אחריות’דיגן נקמה-אקט.
אין סאטמאר איז פאראן זייער א פשוט’ער ענטפער צו אזעלכע פלאנטערס. מ’גייט אריין אין בית-המדרש און מ’קלאפט אויס אויפ’ן טיש: „מיר האבן מיט די ציונים נישט קיין שייכות, יענע זענען זיך אליין שולדיג, די עלטערן פון די פארכאפטע קינדער דארפן תשובה טון אויף זייער ציוניזם… אא”וו‟. ס’זענען דא אין סאטמאר באשטימטע ארגאניזאציעס וואס גיבן זיך אפ דערמיט אז די גויים זאלן טאקע וויסן אז „ערליכע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט דעם עגל הציוני, און מיר זענען קעגן דעם התגרות באומות‟.
ווען ס’האנדלט זיך פון אן אקט פון איין איד קען מען זאגן: „ס’איז ער, נישט איך‟, ווען מ’זעט א גרופע אידן וועלכע פירן אן מיט א געוויסן פראיעקט, קען מען נאך אויך זאגן „ס’איז זיי, נישט איך‟. ווען ס’האנדלט זיך אבער פון א נאציאנאלן פראיעקט, אין וואס דער גאנצער כלל ישראל איז פארוויקלט, ברצון צי שלא ברצון, וואס א פנים האבן די וואס זאגן „ס’איז זיי, נישט אונז‟? וואס א פנים האבן די וואס איילן זיך ארויסצושפרינגען אין צייט פון שוועריגקייטן און דערקלערן הויך פאר דער גאנצער וועלט: „יענע זענען זיך אליין שולדיג‟? ווער זענען דאס יענע, און ווער זענען מיר? אויב מיטן ווארט „יענע‟ שליסט מען איין דאס גאנצע אידישע פאלק, דאן הייסט דאס לכאורה אז מיטן ווארט „אונז‟ שליסט מען זיך אויס פונעם אידישן פאלק.
פאר וועלכן איד איז נישט שווער אויפצועסן די נייעס אז אן אראביש קינד איז גע’הרג’עט געווארן דורך א איד? דאך האבן מיר די מעגליכקייט צו זאגן: „ס’איז אן אקט פון איין יחיד, צו וועלכן דאס גאנצע פאלק איז נישט מסכים‟, און כאטש מיר דארפן אודאי אפוואשן יענעמ’ס שמוץ קען עס דאך נישט דינען ווי אן אות-קין פאר’ן גאנצן פאלק.
וויבאלד אבער מיר האבן מורא אז די גוי’שע וועלט וועט אנהענגען דעם שולד פון איין יחיד אויפ’ן גאנצן כלל, קענען מיר דעריבער פילן א דראנג צו גיין א טריט ווייטער און אפשטויסן זיך פונעם גאנצן ציוניסטישן פראיעקט, זאגנדיג: „דאס זענען זיי, נישט מיר… מיר זענען בעסערע אידן, מיר זענען מער מאראליש און מער עטיש‟. ביים זאגן אזוי האבן מיר געטראפן א גרינגען וועג ארויס פון א פלאנטער אין וואס דער כלל געפינט זיך, דורך דעם וואס מיר האבן זיך אפגעריסן פונעם כלל און זיך דערקלערט אלץ בעסער און ריינער.
ביים טון אזוי רופן מיר הויך אויס צום אידישן קאלעקטיוו: „מיר זענען גרייט זיך צו אידענטיפיצירן מיט דיר נאר דאן ווען דו גיסט אונז כבוד, נאר דעמאלט ווען דו גיסט אונז דעם אימאזש פון אן אויסגעלייטערטן גלות-איד, וועלכער ווערט געפייניגט אן קיין געהעריגע סיבה. מיר פרייען זיך צו אידענטיפיצירן מיט דיר נאר דעמאלט ווען איבער דיין קאפ הענגט דער זיכרון פונעם חורבן, ווען דיין נאמען איז פארהייליגט מיט אידיש בלוט. וויבאלד אבער דער אימאזש פון דיין נאמען טוישט זיך, וועלן מיר פון דיין באן אראפשפרינגען און זיך אויסזוכן א בעסער ווינקל. גענוג איז גענוג!‟
דער אידישער כלל ספראוועט זיך מאמענטאל מיט א רעבעלירנדיג קינד וואס איז פון אונזער שויס ארויס און האט אויסגעפירט אין אונזער נאמען דאס ערגסטע, און מיר האבן די ברירה צו בלייבן אויף דער זייט פונעם כלל, אים אונטערשטיצן אין דער שעת צרה, אים קלארמאכן אז דער עצם פאקט וואס די גאנצע אידישע וועלט איז אזוי צעטרייסלט פון דעם וואס האט פאסירט, איז שוין א ראיה אז דער אידישער קאלעקטיוו איז א גוטער, און אויב אפילו מיר זענען יא באגאנגען א פעלער, וועלן מיר אבער אלע אינאיינעם פילן די יסורים פון שולד-געפילן און פרובירן אינאיינעם תשובה צו טון. די אנדערע ברירה איז אבער, צו טון דאס וואס דער סאטמארער רבי האט געטון — אריינגיין אין בית-המדרש, אויסקלאפן אויפ’ן טיש זאגנדיג אז „יענע זענען פאראנטווארטליך דערפאר‟, און מיר אליין וועלן זיך קלאפן אויפ’ן בויך וואס מיר זענען בעסער און ריינער.
ערגעץ אין ארץ-ישראל געפינען זיך דריי פאר עלטערן, פארוואגלט פון קינדער וועלכע צוויי-פיסיגע חיות האבן פון זיי אוועקגעריסן. בסך הכל האבן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען אין חברון, וועלכע איז למעשה א שטאט אין ארץ-ישראל, און אויב מ’זאל צוליב פחד פון א סכנה אנטלויפן פון אידישע שטעט, וועט מען זייער לייכט קענען אויסליידיגן א האלבע ארץ-ישראל… אידן ווערן דארט נישט גע’הרג’עט יעדן טאג, און כאטש וואס ס’איז שרעקעדיג פאר אונז צו וואוינען דארט, איז זיכער נישט ריכטיג צו זאגן אז די עלטערן זענען געווען אומ’אחריות’דיג ביים שיקן אהין זייערע קינדער. דא האבן מיר אבער מיטאמאל דערפילט ווי דער מאראלישער פאסיג ציט זיך איין, נאכדעם וואס א בייזער נקמה-אקט איז אויסגעפירט געווארן אין נאמען פון אידן, און דערפאר האט מען נישט געקענט מער ווארטן, נאר מ’האט תיכף ומיד געדארפט זיך אריינווישן אין די בלוטיגע הערצער פון די פארוואגלטע עלטערן.
איז דא א שרייבער וואס זאל קענען אויסדרוקן דעם פארנעם פון אזא פארראט? וועמענס נאמען האט סאטמאר געוואלט דערמיט ריינוואשן? דעם נאמען פונעם אידישן פאלק וועט דאך סיי-ווי נישט ווערן גערייניגט, וויבאלד די מערהייט פונעם פאלק בוקט זיך דאך צום עגל הציוני. אלזא וועמענס נאמען האט דא געדארפט ווערן גערייניגט? דער נאמען פון סאטמאר? לאמיר שוין זאגן אז דער גאנצער כלל ישראל איז טאקע זינדיג, וואס א פנים האט עס שוין ווען מ’וואשט זיך אינעם שמוץ פונעם אייגענעם פאלק?
איז סאטמאר טאקע מצליח צו בלייבן ריין אין די אויגן פון די גויים? א סברא אז סעקשאן-8, פוד־סטעמפס, וואוטשערס, א.ד.ג האט שוין לאנג קאליע געמאכט זייער אימאזש, כאטש צווישן די לאקאלע גויים. אויב שוין פארפלעקן זיך דעם נאמען, וואלט נישט גלייכער געווען דאס צו טון צוליב אזעלכע גרויסע זאכן ווי ארץ-ישראל און ירושלים? דערווייל זעען מיר ווי מ’לאזט זיך אראפ די גאנצע זעלבסט-ווירדע אין די קהילות פון מאנרא, וויליאמסבורג, בלומינבורג והגלילות, ביים אויסלעקן די לאקאלע קאסעס אויף אלע מיני אומ’יושר’דיגע אופנים, בשעת מיר דרייען זיך אויס צו דער וועלט און דערקלערן הויך: „יענע זענען שלעכט, מיר זענען אבער די אמת’ע אידן… די איינציגע אמת’ע אידן וואס זענען פארבליבן‟.
ס’איז יעצט חודש תמוז, דער נאציאנאלער טרויער-מאנאט פונעם אידישן פאלק, און דער מצב פון אידן איז נאכנישט אמבעסטן. ס’איז שוין הויך צייט אז מיר אלע, חרדים פון אלע סעקטארן, זאלן אויפהערן זיין קליין-שטעטלדיג, קינדיש און שפילעוודיג, און מיר זאלן אנהייבן זיין אידן. מיר דארפן אויסוואקסן פֿון אונזערע אילוזיעס, די שיגעון’דעלעך און קוריאזן, און אריינוואקסן אין דער אור-אלטער הויט פונעם אידישן פאלק. לאמיר נישט וואשן מער אונזערע הענט אין אידיש בלוט, נאר לאמיר איינזאפן אונזער בלוט מיט אידישקייט!