מיר זענען אין דער לעצטער תקופה עדות צו אן אויפשטייג אין דער צאל “יוצאים בשאלה”, אידן וואס פארלאזן דעם חרדישן לעבנסשטייגער און ציען זיך אריבער צו דער סעקולערער וועלט. א ווידעאו וואס איז אין די לעצטע וואכן פארעפנטליכט געווארן ווייזט וויאזוי א גאנצע משפחה אין ארץ ישראל האט אינאיינעם גענומען דעם שריט און אויפגעטוישט אידישקייט פאר סעקולאריזם.
מענטשן זענען אנטוישט אין דעם חרדישן לעבנסשטייגער. מילא. עס זענען אין אונזערע רייען פאראן א סך אזעלכע. א סך פילן זיך דערשטיקט; נאך מער פילן זיך סתם אומבאקוועם. דער חרדישער חינוך סיסטעם איז זיך נוהג צו מאכן איין גרויסן קוגל פון אלעם וואס די קולטור שטעלט מיט זיך פאר. די תוצאה פון אזא מהלך איז, אז אידישקייט איז פון א “פיראמיד”, וואס פארמאגט א הויכפונקט, א שפיץ, פארוואנדלט געווארן אין א פלאכן, איין-שטאקיגן בנין, פול מיט אלערליי אומזינען און אמונות טפילות. יעדע מסורה, מנהג, און גזירה – אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען געבוירן געווארן דורך קרימע קעפ און הערצער פארשוואנגערט מיט פריוואטע חשבונות – בויט צו נאך א פליגל צו דעם דאזיגן משוגעים-הויז. און וואגן זאלסטו צו שטעלן א טראט אהין אדער אהער, אפילו אין דער געביידע זעלבסט.
מענטשן וואס פארמאגן בלויז א משהו שכל אין קאפ אדער א טראפן רגש אין הארץ, פילן זיך פארגוואלטיגט. סתם עולם המון עם פילט זיך אין תפיסה. דער אוניפארם און קאנפארמיזם בכלל זענען געווארן איין קוגל מיט “אנוכי” און “לא יהי’ לך”, און ווען עמיצן איבלט פונעם טיפשות-און-רשעות צוואנג, ברעכט ער שוין אויס אויך די עיקרים מיט וועמען די נארישקייטן זענען שלא ביושר צונויפגעבינדן געווארן. אזעלכע מענטשן לאזן זיך ארויס אויפ’ן וועג קיין “שאלה” – ווארפן פון זיך אראפ דאס גאנצע געפעק פון שטיינער און קלעצער, און גייען ארויס צו דער גרויסער, פרייער וועלט.
די צווישן אונז וואס טראכטן יא אביסל, דארפן זיך נעמען אן אנדערן מהלך. מיר דארפן זיך אומקערן צו אידישקייט. אויך מיר ווילן ארויסגיין, אבער מיר ווילן נישט גיין אויפ’ן זעלבן “שאלה”-וועג, וואס פירט אוועק פון יהדות. מיר ווילן אוועקגיין פון דעם מאדנעם חרדיזם געשפענסט; מיר ווילן אנשטאט זיך קערן צו אידישקייט. מיר ווילן א וועג פון חירות, נישט א פחדניש אנטלויפן פון אונזער מורשה און מסורה. מיר ווארפן אפ א פארפוילטע קולטור פון כבוד און מאכט אויפ’ן חשבון פון גאט, זיין תורה, און זיין פאלק, און מיר נעמען אויף דעם פלאץ מיט ליבשאפט אויף דעם עול מלכות שמים – וואס איז פריי פון דעם שלעכטס.
אידישקייט באשטייט בשום פנים ואופן נישט פון די אלע צוטשעפענישן, וואס קיינער דארף במילא נישט. דער צונויפשטעל פון יהדות און חרדיזם איז, ווי דער מנהג איז אין אונזערע מקומות, א צוואנגס שידוך, אין וועלכן די ערשטע און לעצטע דעה האט דער שגעון פון וואס די גאס וועט זאגן. אויסער צופעליגע ענליכקייטן האבן די צוויי קיין שום שייכות נישט, און ס’ליגט אויף אונז דאס אחריות פון זיי אפטיילן, לכל הפחות יעדער ביי זיך אין קאפ.
די יציאה לחירות הייבט זיך אן אין קאפ. די שריט למעשה וועלן במילא נאכקומען. איינמאל מיר וועלן זיך באפרייען דעם מוח, וועט דארט ווערן פלאץ פאר ישרות און אידישקייט, און מיר וועלן קענען קלאר און אידיש טראכטן וויאזוי צו גיין פון דארט און ווייטער. מיר דארפן פון זיך ארויסשלאגן דאס עבדות, וואס איז אויף אונז ארויפגעצווינגען געווארן. דער קאפ, טייערע אידן, איז דאס לעצט-פארבליבן פלאץ וואו קיינער האט נישט און קען נישט האבן קיין צוטריט. לאמיר דארט אנהייבן. לאמיר ארויסטרייבן די רוחות רעות און לאזן די תורה זיך דארט באזעצן אנשטאט. אנדערש ווי עס זעט אויבנאויף אויס, זענען די פעולות למעשה גרינגער ווי אמת’ע פרייהייט אין קאפ. ווען מען באפרייט זיך פון די קאפ-קייטן, פילט זיך עס אין דער לופטן און יעדער קען עס זען. פון דארט ביז אידישקייט איז דער וועג זייער קורץ.
מיר וועלן נישט אנטלויפן ווי שוואכלינגען און איבערלאזן די אינפארסטרוקטור פון אונזער קהילה און געגנטן צו די הענט פון מאכט-הונגעריגע מענטשן. מיר וועלן דא בלייבן, מיר וועלן דא מתקן זיין. מיר וועלן נאך דערלעבן אין פריידן אויסצוקלאפן אין די שולן, אז וועמען עס געפעלט נישט אידישקייט, זאל מוחל זיין און זיך אריבערציען צו די קליינע, ווייניג פארבליבענע חרדישע קהילות…