Yiddish with an Aleph

די וויזיע פון אחרית הימים: ציוניזם, סאציאליזם און טראדיציע

The Vision of a Messianic Era: Zionism, Socialism and Tradition

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

די סאציאלע וויזיע פון דערלעבן זיך די צייט פון אלוועלטליכער ברידערשאפט, אין וועלכער דער וואלף און דער בער וועלן פראווען א שלש סעודות מיט לעמעלעך און ציגעלעך, איז זייער א קלינגעוודיגער געדאנק און פאנגט דאס הארץ פון מענטשן. ס’פארמאגט אבער סכנות אויך. די סכנה שטאמט פון צוויי טיילן: איינס איז וואס מענטשן נעמען אן די וויזיע ווי אן ענין וואס ליגט אין די הענט פונעם מענטש אליין, צו פארווירקליכן דורך פאליטישן אקטיוויזם. דאס צווייטע איז וואס מענטשן פארמישן די נבואה פון ישעיה אביסעלע, דערמיט וואס זיי גלייבן, אז דער וואלף קען אין א טאג ווערן א לעמעלע. למעשה אבער זאגט זיך די נבואה נאר, אז דער וואלף וועט לעבן בשלום מיטן לעמעלע, צו מאכן אבער אויס וואלף איז נישט מעגליך…

גוטע מענטשן האבן תמיד ארויסגעקוקט אויף אזא צייט, בפרט נאך די פאר’צרה’טע און געליטענע. בשעת א מענטש איז אנגעגעסן, ס’איז אים גוט אויפ’ן הארצן, דאס בייכל איז אנגעפילט מיט בשר ודגים, קומט אים נישט אויפ’ן געדאנק צו טראכטן וועגן די ארעמע און קראנקע. אידן האבן אבער נישט בחינם געהאט א צרה’דיגע געשיכטע „למען ענותך ולמען נסותך‟ — פשוט כדי דיך צו פייניגן, צו דערלייטערן די נשמה, וויבאלד אנדערש איז שווער צו באמערקן די ליידן פון אנדערע. הערשט נאך מצרים קען די תורה זאגן „אתם ידעתם את נפש הגר, כי גרים הייתם בארץ מצרים‟ — איר פארשטייט וויאזוי דער פרעמדער פילט זיך, וויבאלד איר זענט אליין געווען פרעמדע אין לאנד מצרים.

און טאקע, די אנגעפאשעטקייט ווערט געזען לויט דער תורה ווי א פראבלעמאטישער ענין. קוים וואקסן ארויס מוסקלען, די פלייש הייבט אן הענגען ביי די זייטן, פארגעסט מען זיך שוין אז ס’איז דא עפעס העכערס אויף דער וועלט און אז מ’איז אמאל אליין געווען אויף א נידריגן שטאפל („פן תאכל ושבעת… ורם לבבך ושכחת את ה’ אלקיך המוציאך מארץ מצרים מבית עבדים‟). די הקדמה איז אונז וויכטיג צו האלטן אין זינען ווען מיר ווילן באטראכטן געשיכטע, בפרט די אידישע געשיכטע.

די השכלה אינעם ציוניסטישן פארעם האט געזען אינעם איד פונעם מיטל-עלטער א פארקרומעניש פון א מענטש, אזא וואס האט פארלוירן די אייגענע ווערט, פאטשקעט זיך אין בלאטע, יעדער שטויסט און שפייט אויף אים, און אנשטאט עס זאל זיך אויפהייבן און מאכן א „ויצעקו‟, לויפט עס גאר שאקלען מיטן וויידל און טאנצן „מה יפית‟ פאר יעדן גוי און פריץ. דער גלות-איד אליין האט זיך אוודאי נישט געזען אזוי. פארקערט, פארשידענע מקורות פונעם מיטל-עלטער ווייזן אן, אז אידן האבן צומאל גאר אידעאליזירט זייער מצב אינעם גלות, זעענדיג אין דעם א מיטל אויף צו אויסאיבן די נשמה און בלייבן ריין פון פייניגן אנדערע. זיי האבן נישט באטראכט דעם מצב ווי „פאליטישע פאסיוויטעט‟, נאר ענדערש ווי „אקטיווע ספיריטועליטעט‟. דאס זענען צוויי גאנץ אנדערע זייטן פון דער זעלבער מטבע.

איך האב נישט בדעה מאמענטאל צו נעמען א צד אין איינעם פון די צוויי שטעלונגען, איך האב נאר געוואלט באטאנען דעם פאקט, אז ס’איז נישט וואס די גלות-אידעע איז אויסגעוואקסן איבערנאכט ווי א רעזולטאט פון די רדיפות קעגן אידן, נאר ס’קען אין תוך טרעפן די ווארצלען אין דער אידישער מסורה פון פריער. די וויזיע פון ישעיה איז אפשר צו שטארק אוניווערסאל, אז דער גלות-איד זאל קענען וועגן דעם טראכטן אין די מינוטן פון שווערן פיין, אבער דער מוסטער פון מצרים ווי א מיטל אויף אויסצולייטערן די נשמה איז אים זיכער געשטאנען אויפ’ן געדאנק. ציוניסטישער אקטיוויזם האט געפאדערט פונעם איד אויפצובויען דעם גוף און ארויסגעבן א נייעם סארט געשטעל, א געשטעל וואס האט שטארקע ביינער און דיקע מוסקלען — נישט אן אויסגעדארט פנים פון וועלכן צוויי שארפע גמרא-אויגן קוקן ארויס; א יוגנט מיט א נאראטיוו פון בר-כוכבא און די מאקאבעער ווי די אידישע העלדן — נישט אזעלכע העלדן ווי די וואס זענען געגאנגען צו דער שחיטה ביי די קרייצציגלער און די צרות פון כמעלניצקי.

הכנעה קעגן גאווה, אונטערטעניגקייט קעגן נקמה, אט די צוויי קעגנזייטן זענען געשטאנען אין צענטער פונעם קאנפליקט צווישן דער מסורה און די נייע אידן. אינטערעסאנט איז וואס שפינאזא שרייבט אין א נביאישער מינוט איבער דעם אידישן גלות „ווען נישט וואס די רעליגיע זייערע שוואכט אפ זייער כח, וואלט איך געזאגט אז ס’וועט נאך קענען קומען א טאג וואס זיי וועלן צוריקגעווינען זייער לאנד און גאט וועט מיט זיי באנייען דעם בונד ווי פריער…‟ שפינאזא איז נישט געווען אזא מומחה אין דער אידישער מסורה, דאך איז ער מסתמא גערעכט דערמיט וואס ער האט געזען די יסודות פון דער אזויגערופענער פאסיוויטעט אין דעם סאמע קערל פון דער רעליגיעזער השקפה ביי אידן. יצחק פולגאר, א אידישער פילאזאף וואס האט געלעבט אין שפאניע אינעם פערצטן יאר-הונדערט, שרייבט אז די וועלט איז צעטיילט צווישן דערדרוקער און אונטערגעדרוקטע, היינט וויבאלד אז אידן וועלן בשום אופן נישט אונטערדרוקן אנדערע צוליב זייער ראפינירטן מוסר, דערפאר מוז עס אזוי זיין, אז זיי זאלן זיין די אונטערגעדרוקטע.

דאס הייסט אודאי נישט, אז די גלות-אידעע מוז זיין דאס לעצטע ווארט אין אידישער השקפה, א רעליגיעזע ציוניסטישע השקפה טרעפט איר שטיצע אין אנדערע טיילן פונעם תנ”ך, און די דערמאנטע נקודות פון הכנעה מוזן נישט זיין קיין סתירה צו דעם [דוקא דאס איז די פאדערונג פון דער תורה, צו לעבן נארמאל ווי א מענטש, אבער נישט צו פארגעסן ווי מ’דארף באהאנדלען אנדערע]. ווי געזאגט איז נישט מיין כוונה אין ראם פון דעם ארטיקל צו שטעלן דעם טראפ צו איין זייט, נאר צו ווייזן וויאזוי די אידן האבן געזען דעם ענין במשך דעם גלות.

יעצט אז ס’איז געקומען די מאדערנע צייט, איז געווען נישט מער ווי נאטירליך, אז אידן זאלן זיך זען אפילעאירט מיט דעם לינקן ליבעראלן פליגל. דאס איז נישט נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געהאפט צו „פארדינען‟ פונעם ליבעראלן שטראם, דורכ’ן באקומען גלייכע בירגער-רעכטן מיט אלע, נאר פשוט קומענדיג פון אזא געשיכטע, מיט דעם באוואוסטזיין פון א צוויי-טויזנט יעריגער מצרים וואס מ’האט הערשט ווידעראמאל געשלעפט, און מ’האט געהאלטן נאך אין סאמע מיטן פונעם שלעפן, האט זיך שטארק געריסן דאס הארץ פונעם אידישן קאלעקטיוו פאר די וויזיעס פון אחרית הימים און אוניווערסאלן שלום. פון א פארטיקולאריסטישער הכנעה (אבער נישט קיין ייאוש) איז ארויסגעוואקסן סוף כל סוף — טאקע מיט א השפעה פון דער עמאנציפאציע — דער רייץ אויף אוניווערסאלער ברידערליכקייט.

***

די וועלטליכע געשיכטע לויפט אויך ווי עס איז אין א געוויסן פאראלעל צו דער אידישער געשיכטע מיט דעם דערמאנטן געדאנק. דעם אנהויב צו אזא געדאנק אין דער גוישער וועלט דארפן מיר טרעפן אין קריסטנטום אודאי. פאר די מחברים פונעם עוואנגעליאן זענען די נבואות פון ישעיה נישט געווען פארהוילן, אבער וויכטיג איז דוקא צו באטראכטן דעם אופן ווי זיי האבן אידעאליזירט הכנעה און לאזן זיך שלאגן. „אז מ’פאטשט דיך אין איין באק זאלסטו אהינגעבן דאס צווייטע‟, איז א באקאנטער ציטאט פונעם עוואנגעליאן. אט דאס הכנעה’דיגע געפיל איז געלעגן אין די ערשטע יודא-קריסטן ווי א טייל פון דער אידישער מסורה, אבער איז מסתמא נאך שטערקער געווארן א דאנק די רדיפות קעגן זיי. אינעם מציאות האט די קירכע זייער ווייניג מקיים געווען דעם רעיון הלכה למעשה, אבער ווי אן אידעאל האט די קירכע שטאלצירט מיט דער הכנעה וואס יעזוס אליין האט ארויסגעוויזן קעגן זיינע רודפים.

אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, אז במשך דעם מיטל-עלטער האבן די קריסטן אליין אויך געפראוועט אזא השקפה ווי די גלות-אידן, דער גאנצער ענין פון פאליטישער פירערשאפט בכלל האט אויסגעזען פראבלעמאטיש פונעם עוואנגעליסטישן שטאנדפונקט, און דאס האט געגעבן אביסל קאפווייטאג פאר די קירכן-פאטריארכן, כאטש וואס אינעם למעשה האט עס געהאלטן העט ווייט פון ווערן אויסגעפירט בוכשטעבליך.

אויב אינעם מיטל-עלטער זענען די קריסטליכע אידעען געלעגן פארשטויבט, האט עס אבער געשלאגן ווארצלען אינעם נייעם פארעם, ווען אייראפע האט ענדליך גענומען חלומ’ען טאג און נאכט וועגן ישעיה’ס וויזיעס. די ליבעראלע בשורה איז ארויס אויפ’ן וועג, גייענדיג אין די פוסטריט פונעם עוואנגעליאן — אויסצולייזן די גאנצע וועלט. זענען די ליבעראלע מבשרים געווען מער רעאליסטיש ווי די קריסטליכע עלטערן? האבן זיי טאקע מצליח געווען אויסצולייזן די מענטשהייט? אודאי איז געווארן פיל בעסער היינט ווי אמאל, דאך פארשטייען שוין היינט אלע ,אז צו דערלאנגען ממש צום אחרית הימים וועט נאך נעמען צייט.

אין סך-הכל קענען מיר דא דערקענען די שפאנונג וואס הערשט צווישן דער אידישער טראדיציע פון גלות קעגן דעם פאליטיש-אקטיוון ציוניזם, ווי אויך די שפאנונג צווישן אידעאליזם און רעאליזם. די פארשידענע כוחות פארמעסטן זיך ווי קעגנזייטיגע כוחות סיי אינערהאלב דער אידישער וועלט, ווי אויך אין דער דרויסנדיגער וועלט. יעדע זייט האט אין זיך סכנות, סיי גשמיות’דיגע סיי רוחניות’דיגע, און צו טרעפן דעם גלייכן באלאנס אינדערמיט איז קריטיש פאר דעם עקזיסטענץ פון דער מענטשהייט. דערווייל אבער ווערן מיר אלע צעפליקט פון די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, און די פשרה וועט מסתמא אויך נאר פארקומען אין אחרית הימים…