ברעסלאוו מיינט אנדערע זאכן צו אנדערע מענטשן. ביז מיט א דור צוריק, זענען די ברעסלאווער חסידים געווען חסידים כמעט גלייך מיט אלע אנדערע. דער עיקר חילוק האט געשטעקט אין דער אפוועזנהייט פון א לעבעדיגן רבי’ן, מיט וואס ברעסלאוו איז געווען אנדערש ווי אנדערע חסידישע הויפן.
היינט איז ברעסלאוו אויך אנדערש ווי אנדערע חסידות’ן, אבער די חילוקים פון זיי ביז אנדערע זענען מער און גרעסער ווי אמאל. ווען מען דערמאנט ברעסלאוו, קומט אויפ’ן געדאנק מוזיק, תכלת-ציצית, שחרית בהשכמה, און נאך אזעלכע “רעוואלוציאנערישע” מעשים. ברעסלאוו איז היינט אזא סימבאל פון א רעכטן רעוואלט.
עס זענען פאראן ביי אונז א סך אומצופרידענע און אומצופרידנהייטן. עס זענען פאראן אזעלכע, וואס וואלטן איבערגעלאזט דעם חרדישן לאגער און לעבנסשטייגער אויב זיי וואלטן נאר געהאט די מעגליכקייט. די היימישע “אנוסים” פילן זיך דא ווי אין א תפיסה, געבינדן אין די קייטן פון געזעלשאפט און קולטור. און די רעוואלוציע וואס יענע ווילן זען, ווערט אין נאמען ברעסלאוו אויסגעפירט למעשה; נאר אנשטאט קריטיקירן פון לינקס, טוען די ברעסלאווער פארשידענע “אנטי-סיסטעם” מעשים פון רעכטס.
מענטשן זעען אין דער ברעסלאוו-באוועגונג פון וועלכער איך רעד דא אזא מין בריק-אויף-צוריק פאר בחורים און יונגעלייט וואס האבן זיך ארויסגעשאקלט פונעם סיסטעם און זוכן א וועג צוריק אריין. דאס איז אבער א טעות, הגם ס’איז יתכן אז א קערנדל אמת ליגט יא דערין. ס’איז אמת אז ברעסלאוו במהות איז זייער טאלעראנט און פרובירט זיך האלטן פריי פון פאראורטיילן און באאורטיילן אנדערע מענטשן. אין ברעסלאוו ווערט יעדער יחיד אויפגענומען ממש כזה, ווי אן אינדיווידועל, א צווייטן איד, וועמען מען דארף ליב האבן אן קיין חשבונות. דעם אויבערשטנ’ס חשבונות לאזט מען אין ברעסלאוו צום אויבערשטן. מיר דא פירן מענטשליכע חשבונות, און דער “כל ישראל ערבים זה לזה” ווערט אפגעלערנט קודם כל לויט’ן פשוט-גשמיות’דיגן טייטש. יעדער איד איז א טייל פונעם זעלבן כלל-ישראל קערפער, און דערפאר דארף איך טיילן זיין פרייד און פילן זיין ווייטאג. מיר זענען פשוט’ע מענטשן, וואס שטייען מיט ביידע פיס אויף דער עולם-העשי’ ערד. העלפן א צווייטן מיינט פשוט דאס, העלפן א צווייטן; ליב האבן א צווייטן מיינט אויך דאס, פשוט ליב האבן א צווייטן.
ס’איז אמת, אבער נישט אין דעם שטעקט דער סוד, וואס די ברעסלאווער האבן געפונען אין “שטיבל” און “קלויז” און אנדערע אזעלכע ערטער. זייער א סך פון די בחורים און יונגעלייט זענען אנגעקומען קיין ברעסלאוו דורכ’ן זעלבן ווינט וואס האט זיי פריער ארויסגעבלאזן פונעם סיסטעם. אז איר וועט זיך אומקוקן וועט איר זען, אז רוב פון די ברעסלאווער זענען בעלי רגש, בעלי השגה, רעוואלוציאנערישע טיפן, טאלאנטירטע מענטשן, און נאך אזעלכע סיסטעם-יוצא-דופנ’ס. דער קאלט-מתנגדישער נוסח-חסידות פון אונזער תקופה האט פראדוצירט א טיפ וואס שעמט זיך צו ארויסצואווייזן הרגשים און וואו דאס ווערן געבוירן מיט א טאלאנט איז מער מום קבוע ווי מעגליכקייט אויסדריקן די נשמה פונעם אויבערשטנ’ס יצירה. אונזער געזעלשאפט האט ניטאמאל קיין געהעריגן וואקובאלאר פאר א שמועס איבער אלוקית, העכערס, אידישקייט, און מידות. אזעלכע שמועסן קענען געפירט ווערן בלויז אויף דער שפראך פון חסידישע ספרים, און בלויז דורך בני עלי’. א בעל הרגש וואס איז נישט אויסגעוואקסן קיין בן עלי’, האט נישט קיין ווערטער און מיטלען וויאזוי צו רעדן פונעם אויבערשטן אויף א פראסטער, וואכנדיגער שפראך – די זעלבע וואס ער ניצט אויסצודריקן אלע זיינע רצונות און געברויכן און אייגנטליך די איינציגע וואס ער קען. נישט נאר פעלן אים די ווערטער, נאר אויך דער קוראזש. ס’איז מאדנע פאר א פשוט’ן יונגערמאן צו רעדן וועגן “העכערע זאכן”; ס’איז אויך עפעס “נישט נאטירליך” צו רעדן צו ג-ט אויף אידיש. דאס איז שוין אויב ס’איז יענעם געלונגען איבערצוקומען די איינגעבירגערטע בושה פון בכלל קענען פריי אויסדריקן וואס מען פילט.
דאס איז עפעס וואס אונזער געזעלשאפט פעלט און ברעסלאוו פארמאגט בפירוש בשפע. דאס וואס איז אין אלגעמיין א בדיעבד איז דארט א לכתחילה שבלכתחילה. אויסדריקן געפילן – מיט ווערטער, פעדער, קלאנג און שריפט – איז א מיטל למהדרין. ברעסלאוו פארט מיט דער צייט, אבער אנדערש ווי חב”ד, וואס האט אויסגעשטעלט א מהלך פון אריינפירן חסידות אין דער מאדערנער תקופה, פירט ברעסלאוו אריין די נשמה פון חסידות אין יעדנס הארץ, אין יעדן מצב, אונטער אלע אומשטענדן.
דאס איז וואס ציט אזויפיל פון דער יוגנט צו ברעסלאוו. ברעסלאוו איז א פלאם-פייער אויפ’ן אייזיגן שיכט אויף וועלכן א סך פון אונז ווערט געבוירן און אויפגעצויגן. ברעסלאוו איז דער נעסט אין וועלכע עס בריען זיך אויס די פילבארע, אייגנארטיגע נשמות, וואס קומען אראפ אויף דער וועלט אין דער ערב-גאולה תקופה, כדי אויפצולאזן די פארפרוינקייט און אפאטיע אין וועלכער אזויפיל יאר גלות און מוטשענישן האט אונז פארווארפן. אין ברעסלאוו ברענט א פייער וואס ציט נשמה-פלעמעלעך ווי מיט מאגנעטישער קראפט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.