אז איך בין געקומען אין די יארן און איך האב געדארפט פארלאזן מיין טאטן’ס שטוב און זיך לאזן אין דער גרויסער וועלט אריין, האט מיר דער טאטע אנגעזאגט: “הער מיין קינד. אין גאט’ס וועלטעלע זענען דא בערג. גרויסע בערג. אפילו דו ווילסט זיי נישט זען, קענסטו זיי נישט פארפאסן. זיי דערהייבן זיך פון די קליינע נידריגע געביידעלעך און ציען זיך אויס א הימל הויך… אט דאס זענען בערג! נאר זעסטו, טאלן זענען אויך דא – אזעלכע וואס מ’זעט נישט, זיי געפינען זיך ערגעץ פארשטעקט צווישן בערג און ימ’ען, קליין, נישטיג און פאר זיך.
מענטשן שפאצירן איבעראל, אי אויפ’ן בארג אי אינעם טאל. און צווישן די אלע זענען דא גרויסע מענטשן און קליינע מענטשן. די גרויסע, דאס זעסטו, קען מען נישט פארפאסן. דאס וואס איז גרויס - איז הימל הויך. נאר פארשטייסטו דאך, אמאל שטויסט מען זיך אן אין קליינע מענטשעלעך… זיי אליין ווייסן נישט אז זיי זענען קליין, אבער אז מ’מעסט זיי קעגן דעם הייך וואס זיי דערלאנגען דערקענט זיך די קליינליכקייט. דערויף זאג איך דיר אן מיין קינד – זיי וואס עס איז, נאר א קליין מענטשעלע זאלסטו נישט זיין…”
זייט דער טאטע האט מיר דאס אנגעזאגט ברעך איך זיך קאפ צו דערגיין וואס אזוינס עס איז א קליין מענטשעלע. גייענדיג פון פלאץ צו פלאץ האב איך זיך נאכגעפרעגט אויף די קליינע מענטשעלעך, האט מען מיר געלאכט אין פנים. קיינער האט נישט געוואוסט וואס דאס איז. און דא האט זיך אנגעהויבן די רייזע פון מיין לעבן. איך האב ביי זיך געשוואוירן נישט צו רוען ביז כ’וועל די זאך נישט דערגיין. אז כ’וועל עס זען מיט די אויגן, האב איך ביי מיר געקלערט, וועל איך וויסן וואס דער טאטע האט געמיינט.
כ’וועל נישט דערציילן די גאנצע רייזע מיינע ווייל איך וועל מיט דעם קענען אנפילן א בוך. איך האב געזען מענטשן שטייען אויף פרי צו ברענגען פרנסה. א טראק דרייווער וועלכער שלעפט שאכטלען מיט סחורה און לויפט פון איין ארט צום אנדערן במשך א מעת לעת. א קאסירער וועלכער שטייט אין גראסערי ביים טישל און רעכנט צוזאם סחורה’ס. א סעקרעטארשע וואס ספראוועט זיך צווישן הויפנס פאפירן און לויפט פון טעלעפאן צו טעלעפאן אן מנוחה – האט איר דער באלעבאס אנגעשריגן אויף א פאקס וואס זי האט פארגעסן ארויסצושיקן, אויף א בריוו וואס איז נישט צוגעשטעלט געווארן אין דער באשטימטער מינוט. זי האט נישט געוויינט!… א רוסישער ארבעטער אין גראסערי וועלכער דארף סארטירן די שפייז צווישן די פאליצעס, האט אים דער מענעדזשער ברבים אויסגעשייגעצט פאר’ן נישט שטעלן די ראלאדן אויפ’ן ריכטיגן פלאץ. ער האט יא געוויינט, כאטש נישט ברבים…
אט דאס זענען קליינע מענטשעלעך, האב איך געקלערט. זיי טוען נישט אויף קיין גרויסע זאכן. זיי ווארפן זיך נישט מיט קצות’ן און מחצית השקל’ס, זיי ווייסן נישט צי מיגו איז א כח הטענה אדער א סברא, צי אן עד אחד איז שטערקער פון א מה לי לשקר אדער נישט. אדער אפשר ווייסן זיי כאטש אז מין במינו ווערט נישט בטל באלף? וואס ווייסן זיי? אנו פרעג איך אייך, וואס א לעבן איז דאס? קליינטשיק ווי א קאפעטשקע.
מיר איז נאר קשה געווען דאס צו פארשטיין. אמער, דוד המלך זאגט דאך אין תהלים “יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב – מה רבו מעשיך ה’…” וואלט עס דוד געזינגען שירה צום באשעפער וועגן קליינע מענטשעלעך?
וואלטן זיי געווען אזוי קליין צוליב דעם וואס דאס פנים ווערט זיי פארשווארצט אויף צו ענדיגן דעם חודש, צו קענען שפייזן זיך און די קינדער, וואלט עס דען געווען אן עסק פאר דוד המלך? איז טאקע א קשיא. ווי קומט דאס אז דער תהלים האט נישט געטראפן עפעס שענערס צו באזינגען? דער ארבעטס-מענטש. דער טראק-דרייווער, דער פארשוויצטער בוי-מייסטער, דער אינסטאלאטאר…
לאנג איז געווען מיין וואנדערן. זייער לאנג. נאר גאט איז דאך א פאטער, האט ער מיך נישט געלאזט שטעקן אין וועג. צוליב דעם אריכות פונעם ענין וועל איך שפרינגען גלייך צום סוף פון דער מעשה. געווען איז דאס אין א פארנאכטס. ערגעץ אין א אידישער קאך האט א ווייבל זיך געפארעט מיט די קינדער, מיט וואשן וועש, געשיר, ווי אויך מיטן צוגרייטן דאס עסן פאר’ן מאן און די קינדער. איר ווילט דאך וויסן וויאזוי זי האט געהייסן. נו גוט, זאל זיין ראצע. געפעלט אייך נישט דער נאמען? איז זאלזשע זיין עלקע. בעסער? פיין, איז עלקע.
מאכט גאט און עלקע באמערקט אז ס’פעלט איר דער קאנווערט פון דריי טויזנט דאלער אין מזומנים וואס איז מיט א שעה צוריק געווען אויפ’ן טיש. געקוקט אויפ’ן טיש, אונטערן טיש, כאטש נעם און ווער משוגע.. דריי טויזנט דאלער! אין וואסער אריין! דער מאן איז אינצווישן אהיים, האט ער געהאלפן מיטן זוכן, כאפט מען זיך אבער אז די דינסט האט הערשט איבערגעלאזט די שטוב א האלבע שעה צוריק, דארף מען דאך נישט קיין גרויסער קאפ זאל דערקלערן וואס דא האט פאסירט. הכלל מ’רופט די שומרים און יענע לאזן זיך ארויס אין די פוסטריט פון דער דינסט צו פארהאלטן איר ביז די פאליציי וועט זיין צו דער האנט.
האט איר שוין געזען אמאל א גנב זאל זיך מודה זיין אויף דער גניבה גלאט אזוי? האט די דינסט געלייקנט, זיך געשוואוירן ביים הייליגסטן אז זי ווייסט נישט קיין זאך. אינצווישן האבן זיך א כאפטע אידן פון גאר ארום זיך גענומען צוזאמלויפן. א דינסט… גע’גנב’עט… מ’סטראשעט, מ’ווארנט איר, זי האלט זיך אבער פעסט. נישט יעדן טאג טרעפט מען אזא שטייפע גנב’טע. ביי אידן אז ס’מאכט זיך א מעשה באקומט עס פליגלען, די שכנים עפענען פענסטער און טירן, און דאס בלוט פון דער דינסט איז ענדליך אפגעלאפן… דאס פנים פארבלאסט, אין די ביינער א קעלט. די פאליציי איז אנגעקומען און מ’האט איר באטאפט פון אלע זייטן, אויסגעשאקלט אירע חפצים, אבער גיי טרעף! די כוחות געפלאצט, און די טרערן האבן זיך איר גענומען וואלגערן אויפ’ן פנים… געהערט שוין אזוינס? אן אנדערס מאל וועט זיך איר נישט פארגלוסטן צו גנב’ען ביי אידן.
נאר אז ס’איז נישטא איז נישטא. די פאליציי האט באפרייט די דינסט און מודיע געווען פאר עלקע אז זי זאל מאכן בורא נפשות אויף די מזומנים. דער עולם ארום איז זיך צעגאנגען אנטוישט, פירנדיג דאס קול פונעם ‘כאפצעם’ פון מויל צום אויער. פארשטייט איר דאך, א דינסט א גנב’טע וועט מער קיינער נישט נוצן. נאר מילא, גאט איז דאך א פאטער, וועט ער צושיקן נייע דינסטן. “צער גידול גויט’עס” פלעג די באבע עליה השלום זאגן… און זי עלקע, א כשר’ע אידישע טאכטער, אז זי האט געזען וואס ס’טוט זיך, האט זי ערליך פארמאכט די אויגן און גענומען זאגן “אמר רבי בנימין”. מיטן כח פון דער אויסגעפרואווטער סגולה האט זי אפנים געגלייבט אז גאט וועט איר אומקערן די גניבה, און זי האט זיך גענומען שטארק זוכן צווישן אלע צימערן אין שטוב. און וואס מיינט איר מיינע ליבע אידן? געטראפן! נישט אומזיסט זאגן חז”ל אז מ’זוכט טרעפט מען.
זע נאר א נס! האט עלקע געקלאפט מיט די הענט אין התרגשות. דא קומט א דינסט און גנב’עט אוועק דריי אלפים, מאכט אבער דער רבונו של עולם א נס און שיקט צו א פריש פעקל. זעט נאר דעם כח פון א סגולה… אז זי האט דערציילט די מעשה פאר די חבר’טעס האבן זיי צוגעשאקלט ערליך מיטן קאפ. יעדער פון זיי האט שוין ענליכע נסים געהאט. ביי איינעם האט מען גע’גנב’עט א בעכער, ביי אן אנדערן אן אתרוג-פושקע, מ’האט פרובירט מיט דער פאליציי אויף אלע אופנים, נאר זעט איר – וואס איין “אמר רבי בנימין” קען, קענען נישט צען פאליציאנטן…
און אז איך האב דאס געזען האבן מיר די אויגן אויפגעלאכטן. זאל איך זאגן ס’איז שלעכטס? חלילה! רשעות? נישט אויף אידישע קינדער צו זאגן. קאלטבלוטיג? דאס אויך נישט. נאר וואס יא? אט דאס, פארשטייט איר, זענען קליינע מענטשעלעך!… אט דאס איז קליין, קליין ווי א קאפעטשקע, און נאך קלענער. ווי קליין א מענטש קען זיין…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.