דאס איז געווען אויף דער ניו־יארקער סובוועי, וואס דינט אלץ פלאטפארמע פאר אלערליי מאדנע מענטשן און געשעענישן. איך בין געזעסן אויף דער באן, פארטיפט אין לייענווארג. ווען כ’האב אויף א רגע אויפגעהויבן די אויגן, האב איך באגעגנט א פּאר נייגעריגע אויגן. מיין שכן, ווי עס שיינט, איז שוין אזוי געשטאנען און מיך באטראכט פאר א וויילע. ס’האט אויסגעזען ווי ס’חשק’ט זיך אים צו כאפן א שמועס, נאר ער האט נישט די מוט אנצוהויבן. האב איך געטאן, וואס מען טוט אין ניו־יארק: געגעבן אזא „סטראָוק‟-שמייכל — די ליפן צעשפרייט פון דאנעט ביז אהין; דער איבעריגער טייל פון פנים קאלט-פארפרוירן, ווי ביי א מארמארנער סטאטוע. יענער האט זיך צוגעכאפט און א שמועס האט זיך אנגעהויבן.
ער איז אויפגעוואקסן „אַמיש‟, דער בחור, אבער האט איבערגעלאזט יענע פרימיטיווע לעבן און קולטור. זיין אנטלויף-וועג האט זיך אנגעהויבן מיט קליינע עבירות. („כ’האב זיך בגניבה אינסטאלירט א טעלעפאן אינדערהיים.‟) עבירה גוררת עבירה, ער האט בשאט נפש געטרעטן אויף אלעם הייליגן, ביז די קירכע האט אים מחרים געווען. נאך דעם וואס די משפחה איז געווען געצוואונגען מיט אים אפצוהאקן, האט ער שוין נישט געהאט וואס צו זוכן ביי די אמיש, און האט זיך אריבערגעפעקלט קיין ניו־יארק סיטי, וואו ער שטודירט פילאסאפיע ערגעץ-וואו אין איינעם פון די אוניווערסיטעטן.
„כ’ווייס נאך יעצט נישט, וואס האט מיך אזוי געטריבן צו רעוואלטירן‟, האט דער בחור פלוצים געזאגט. „אייגנטליך, איך ווייס יא: כ’האב געוואוסט אביסל וועגן דער וועלט ‘אינדרויסן’ און האב פון איר געוואלט הנאה האבן. ביי די אמיש איז מען אפגעשלאסן פון דער וועלט. כ’האב זיך געפילט ווי אין תפיסה.‟
ווי א חסידישער יונגערמאן, וואס לעבט אויך אין אזא „אפגעשלאסענער‟ קולטור, האב איך פאר אים געהאט טויזנט פראגעס. כ’האב אבער נישט געקענט יענעם אריינקריכן אין די קישקעס…
„דעם אמת געזאגט‟, האט ער פארגעזעצט מיט א שמייכל, „האב איך דעמאלט געפילט מער סיפוק פון מיין באהאלטענעם טעלעפאן ווי פון מיין אפענעם אינטערנעט היינט. זיצנדיג אין דער אזוי-געצוימטער אמיש-וועלט, איז דאס טרייבל נעבן מיין בעט געווען אן אוצר. דער אינטערנעט גיט מיר היינט מער פרייהייט ווי כ’וואלט זיך ווען-אמאל געקענט אויס’משל’ען, אבער, מיט מיין יעצטיגער פרייהייט און אזויפיל ברירות צו טאן וואס עס קומט מיר נאר אויפ’ן געדאנק, גיט מיר דער אינטערנעט נישט דעם זעלבן פרייהייט-געפיל ווי דעם טעלעפאון דעמאלט.‟
ער האט זיך צעלאכט. „ווען כ’וואלט געהאט דעם אינטערנעט דארט, אנשטאט א טעלעפאון, וואלט איך מסתמא נישט אנטלאפן. כ’וואלט פאר זיך געהאט די וועלט; בגניבה, וואלט איך געקענט למעשה טאן וואס כ’וואלט געוואלט. נאר אזוי גייט עס…
„ס’איז נישט גרינג‟, האט ער פארגעזעצט, „נישט גרינג. ס’איז זייער שווער. דארפסט פארשטיין: ביי די אמיש דרייט דאס לעבן זיך ארום דער משפחה און דער קירכע. איך בין אזוי אויפגעוואקסן. ס’איז זייער שווער צו זיין אליין אויף דער וועלט — אין א וועלט וואס איז מיר אזוי פרעמד און אומהיימליך.
„דו לעבסט דאך אין אן ענליכער סביבה. דו פארשטייסט וואס איך מיין‟, האט ער אויסגעפירט.
„וואס דיינע געפילן כלפי די אמיש?‟ האב איך ענדליך געפרעגט.
„וואס מיינסטו, צי איך וואלט צוריקגעגאנגען?‟
„כ’מיין צו פרעגן: ביזט ברוגז אויף זיי, אויף דיינע עלטערן, שכנים, און די מענטשן וואס האבן מיט דיר אפגעהאקט?‟
„אה, ניין! וואס עפעס? די קולטור איז נישט קיין שלעכטע. זי איז פרימיטיוו און נישט באזונדערס טאלעראנט. אבער, די צוויי גייען דאך אינאיינעם.‟
דער פילאסאף אין אים האט זיך דערוועקט, און ער האט מיר מסביר געווען, אז דאס, די אפגעשלאסנקייט און אומטאלעראנץ צו שינויים און דער דרויסנדיגער קולטור, איז א מוז, א יסוד, פאר’ן קיום פון יעדער אזא אפגעשלאסענער קולטור.
„די פירערשאפט באשטייט נישט דווקא פון שלעכטע מענטשן‟, האט ער מסביר געווען. „כ’מיין, ס’זענען פאראן גוטע מענטשן און שלעכטע מענטשן, פונקט ווי איבעראל. און פונקט ווי איבעראל, זענען פאראן שלעכטהארציגע, פארדארבענע מענטשן, וואס וועלן טאן רשעות אין נאמען פון דער רעליגיע — פונקט ווי עס זענען פאראן גוטהארציגע מענטשן, וואס וועלן זיך צערייסן צו העלפן א צווייטן. די זעלבע מענטשן וואלטן געווען פונקט אזוי, אהער און אהין, סיי-וואו זיי זאלן נאר זיין. זייערע מעשים און אויפפירונג וואלטן מסתמא געטראגן אן אנדערן כאראקטער. אבער די גרונט-מאטיווען וואלטן געווען די זעלבע ווי יעצט.
„פון מיינע עלטערן איז דאך אפגערעדט. זיי זענען דווקא גוטע מענטשן. זיי זענען מיר אייביג געווען איבערגעגעבן ביז גאר. זיי האבן מיך אויפגעצויגן אויפ’ן בעסטן אופן לויט זייערע השגות. זיי אליין זענען דאך דארט אויפגעוואקסן. זיי גלייבן, אז אזוי איז גוט און איז דאס בעסטע וואס זיי קענען טאן פאר זייערע קינדער.
„צי איך וואלט צוריקגעגאנגען צו די אמיש? ניין. יעצט קען איך שוין נישט צוריקגיין. ס’איז אנדערש…
„איך זאג נישט‟, האט ער זיך צוריק געכאפט. „כ’ווייס דאך שוין היינט, נאכ’ן באקומען מער פרייהייט ווי ס’האט זיך מיר אפילו גע’חלומ’ט, אז אלעס, יעדע דערגרייכונג, יעדער מצב, ווערט לבסוף נימאס. איך פארשטיי שוין היינט אויך, אז ווען מען קען און מעג אלעס, איז בעצם כמעט גארנישט צו אינטערעסאנט פאר צו לאנג. און ווי כ’האב פריער געזאגט: דער טעלעפאן דעמאלט איז מיר געווען אינטערעסאנטער ווי דעם אייפאון.‟ „הייסט, דו באדויערסט דעם שריט פון אוועקגיין?‟, האב איך האלב געפרעגט, האלב געזאגט.
„קוק אהער. למעשה האב איך פרייהייט און דארט בין איך געווען אפגעשלאסן. כ’בין שוין אפגעגאנגען א גענוג-גרויסן שטיקל וועג אוועק פון דארט. איך קען זיך שוין נישט אומקערן.
„וואס יא, ווען איך ווייס דעמאלט וואס איך פארשטיי היינט, וואלט איך מסתמא נישט געמאכט דעם שריט. יא, איך בין יעצט אינגאנצן פריי און אומאפהענגיג. דער חילוק אין מיין לעבן, אין מיין הארץ, אין דער מאס סיפוק איז אבער נישט גענוג גרויס, צו בארעכטיגן דאס אזוי וויי טאן מענטשן וואס האבן מיך ליב און האבן, נאך אלע חשבונות, געהאלטן, אז זיי געבן מיר די בעסטע ערציאונג וואס קען נאר זיין.‟
דער בחור איז דא אנטשוויגן געווארן. כ’האב אים נישט געוואלט איבערהאקן, און אט איז ער אנגעקומען צו זיין סטאנציע. מיר האבן זיך פריינטליך געזעגנט, און איך בין געבליבן זיצן פארטראכט, מיט אזויפיל שאלות אין בויך…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.