חיים ווייס האט זיך אפגעווישט די שנויץ פון דער איינגעזאפטער קאווע, אפגעברעקלט עס פונעם לעקעך, און באלד אריינגענומען א פרישן שטיקל לעקעך אין מויל. די טלית האט אים נאך געהאנגען פון די פלייצעס און דאס גארטל האט זיך געשלעפט אויף דער ערד, און צווישן איין לעקעך און דעם אנדערן האט חיים דערציילט וועגן דעם וואס עס טוט זיך איבער עולם ומלואו, ווי די וועלט פירט זיך און וויאזוי אמעריקע האנדלט נישט ריכטיג, וואס דער פרעמיער פון מדינת ישראל וואלט געדארפט טון און נאך אזעלכע זאכן. ווען חיים רעדט, איז דער עולם ארום שטיל, מ’קוקט מיט נייגער אויף זיין רעדן, דא און דארט ווארפט מען אויך אריין שאלות. בלייבן אומוויסנדיק צי ס‘טויג צי נישט, מ’מוז דאך וויסן וואס ס’טוט זיך אלץ נישט אפ צווישן די גויים, און אז מ’קומט אין שול, מ’הערט פון חיים’ען זיינע באריכטן, ווייסט מען שוין אז מ’געפינט זיך ערגעץ אויף דער וועלט.
אז חיים רעדט וועגן דעם נוקלעארן חשש איבער איראן, די כעזבאללא, און נאך אזעלכע אנשיקענישן, שטייט דער עולם מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם און ביי חיים’ען שיינען די אויגן פון תענוג. וואלט עס די עף-בי-איי געזען ווי דאס הארץ וואקסט אים ביים דערמאנען דאס ווארט „נוקלעארע‟, וואלטן זיי זיכער חושד געווען אז ער האט אין דעם גאנצן ענין א יד. מיינט איר אודאי, אז ער איז אזוי פרייליך נאר צוליב דעם וואס מ’הערט זיך צו צו זיינע ווערטער, און ער נעמט אן א חשוב’ן מקום צווישן די קאווע-טרינקערס אין פאליש? אזוי מיינט איר? נו אודאי, פארוואס זאלט איר נישט מיינען אזוי? איר קענט אפשר זיין גערעכט אויך, נאר ס’ענדיגט זיך נישט ביי דעם.
חיים האט שוין אויסגערעכנט מיט אותיות און מופתים, און ער קען דעם ענין אונטערשטיצן מיט א שלל פון מקורות, אז דא הייבט זיך אן וועבן, נישט עפעס אנדערש ווי די מלחמה פון גוג און מגוג. דאס אז גוג איז איראן איז ביי חיים’ען קיין ספק נישט, און אז מגוג איז אמעריקע איז אויך שטארק מסתבר, צוליב דעם אליין וואס זיי זענען די אפאנענטן פון גוג. און אזוי קומט חיים שטענדיג אין שול מיט פרישער ערווארטונג און שפאנונג איבער דעם סוף פון דער וועלט וואס דערנענטערט זיך, ס’קומט אן דער גרויסער טאג, משיח וועט קומען, גוג ומגוג, צעטומלען, צעטרעסען, די פרסיים, און אזוי ווייטער. דער ספר דניאל איז ביי אים שטענדיג אפן ביים דאווענען, אפילו ביי שמונה-עשרה קען ער זיך נישט איינהאלטן אריינבליקן אהין, און אין דער זייט ליגט אים דער זוהר וואס זאגט אז איראן וועט אין א טאג איבערנעמען די וועלט. דאס אלעס, זאגט חיים, שטימט זייער מיטן אור החיים הקדוש וואס מאכט קלאר, אז די וועלט וועט אין גיכן קומען צו אן עק.
פרובירט עמיצער מיט אים זיך איינ’טענה’ן, אז אפשר איז עס נישט דער זעלבער פֿרס, סנחריב האט דאך פארמישט די וועלט, שווערט זיך חיים ביי אלעם הייליגן, אז סנחריב האט אין פרס קיינמאל נישט איינגעטרעטן און די איראנער זענען נישט מער ווי די זעלבע פרסיים. היינט, אז איראן איז גוג און מגוג איז אמעריקע, וואס בלייבט נאך צו צווייפלען וועגן דעם ענין? מ’זעט דאך דאס קלאר, זאגט חיים, ווי אכמעדינעזשאד [דעמאלט איז נאך אכמעדינעזשאד געווען פרעזידענט..] טוט ממש דאס וואס די ספרים האבן פאראויסגעזאגט, און ווער ס’זעט נישט דעם ענין אזוי איז עס איינס פון די צוויי, אדער ווייל ער איז א פאר’עקשנ’טער אפיקורוס אדער פשוט טחו עיניו מראות.
איז אמאל אויסגעקומען, אז שמערל דער מרה-שחורה’ניק האט זיך געשטעלט פונקט קעגנאיבער חיים’ען און האט גענומען מיט אים זיך אמפערן אז, כאטש טאקע מ’זעט ווי ס’קומט די וועלט צו אן עק, איז אבער נישטא וואס צו פרייען זיך. דא שארפט מען זיך די שווערדן, מ’ווייסט נישט וואס מארגן וועט זיין, פאר אידן איז ביטער ווי א גאל, קוים האבן מיר זיך אריינגעשטופט אין א מדינה’לע וויל מען אונז מיט כח ארויסטראסקען, און ביי חיים’ען איז ששון ושמחה. געהערט שוין אזוינס? משיח טאקע, ווייסט מען נישט פארוואס ער קומט נישט אזוי לאנג, נאר אז דער עק פון דער וועלט וועט ברענגען די גאולה איז ביי שמערל’ען אזוי ווי מ’זאל זאגן, אז פון שעכטן א קאץ וועט ארויסוואקסן א לעמעלע.
קוים הערט חיים וועגן דעם פראבלעם פון דער ציוניסטישער מדינה, פארגעסט ער זיך וועגן וואס מ’האט פריער גערעדט, און הייבט אן מיט שמערל’ען צו טענה’ן, אז דאס גאנצע איז בכלל נישט קיין פראבלעם, מחמת מתחילה האט מען דאך געפלאנט צו גרינדען א מדינה אין אוגאנדע. ובכן, אויב שטעלט זיך ארויס אז מ’גיט זיך נישט קיין עצה אין ארץ-ישראל, זאגט דער שכל, אז מ’זאל זיך אויפהייבן, איבערלאזן דעם גאנצן געשעפט און איבערפעקלען זיך קיין אוגאנדע. שמערל מאכט מיט דער האנט אז דאס איז נישט קיין עסק, אבער חיים נעמט אים מסביר זיין גענוי וויאזוי אזא זאך דארף בכלל נישט זיין קיין פראבלעם. היינט צוטאגס, זאגט חיים, ווען די וועלט איז אזוי פארגעשריטן איז איין קלייניגקייט אויפצוהייבן א פאק מיט מענטשן און מאכן שבת פונדאסניי ערגעץ אנדערש… ס’איז גארנישט מיט נישט און ס’איז א שאד יעדן טאג וואס מ’טוט דאס נישט, וויבאלד די פראבלעמען וואקסן נאר לכבוד דעם אלץ העכער.
שמערל קוקט אים אן ווי ער וואלט פון דער לבנה געפאלן, אבער דאס לעצטע ווארט אין עניני מלוכה ופאליטיק האט חיים, נישט שמערל. אזוי למשל האט חיים פאראויס געזען ווען אמעריקע איז אריין אין מלחמה מיט איראק, אז ביז א צוויי וואכן וועט גאנץ איראק אפגעמעקט ווערן פון דער מאפע, און מיר ווייסן דאך אז אזוי איז געווען. למעשה האט חיים אויך פאראויס געזאגט אז א שווארצער פרעזידענט וועט אריינפירן אמעריקע אזוי טיף אין באד אז מ’וועט נישט קענען ארויסקריכן. בכלל גלייבט ער אז די טעראריסטן מאכן איין ווען זיי הערן נאר דעם נאמען פון אמעריקע. דאס וואס ס’דאכט זיך אמאל אנדערש איז נאר צוליב דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג מאכט אזוי דעם אנשטעל כדי לערבב את השטן.
דער עולם שטייט און הערט חיים’ס ווערטער מיט נייגער, מ’לערנט זיך ווי צו אנאליזירן א זאך ריכטיג. נישט וויסן טויג דאך נישט, איז דאך א מזל וואס מיר האבן א חיים’ען. נישט נאר איין חיים, נאר א סאך אזעלכע חיים’עך, אין די קאווע-שטיבלעך, אין די פאלישעס, אין די מקוה’ס, און אייגנטליך וואו נישט? זענען מיר ברוך השם געדעקט מיט דעם וואס מיר דארפן וויסן. און איר זאגט נאך אז מ’דארף א ראדיא?… זאל גאט רחמנות האבן און בעסער ברענגען משיח אויף אנדערע אופנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.