מענטשן האבן א טענדענץ צו פאגלייכן תקופות, צו ציען פאראלעלן צווישן עבר און הווה, און לפי-זה דרינגען מסקנות: היות די געשעענישן און אומשטענדן זענען ענליך, איז מסתבר, אז דער אויסגאנג וועט אויך זיין עפעס כעין דעמאלט. די דאזיגע נויגונג דריקט זיך אויס אינעם באקאנטן זאג: „היסטאריע חזר’ט זיך איבער.‟
דאס פארגלייכן איז אבער צום מערסטנסטייל פארפירעריש. והא ראי’, אויב זאל עס זיין אויסגעהאלטן, פארוואס זשע טאקע לאזן מענטשן עס צו, אז שלעכטע שטיקער היסטאריע זאלן זיך איבערשפילן איינמאל און ווידעראמאל? דער תירוץ איז, אז די געשעענישן זעלבסט חזר’ן זיך נישט איבער. וואס שפילט זיך יא איבער זענען די מאטיוון, די סיבות וואס האבן גורם געווען די געשעענישן זיך אויסצושפילן. ביים מאכן א חשבון הנפש נאך א שרעקליכער געשיכטע, שטעלט מען בדרך כלל זיך אפ אויף די עצם לויף פון די געשעענישן; מ’פאררעכט און רעפארמירט די אומשטענדן אזוי, אז מען זאל זיין אפגעהיטן קעגן א חזרה. און טאקע, הגם די סיבות בלייבן די זעלבע — דער זעלבער שמאלער ספעקטרום פון סיבות און חשבונות, וועט די איבערשפיל תמיד טראגן אן אנדערן פנים.
נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, האט די פרייע וועלט געגרינדעט די „ליגע פון לענדער‟ — אזא פּראָטאָטיפּ פון דער היינטיגער „יו-ען‟, וואס האט געזאלט פארזיכערן, אז אזא חורבן זאל זיך נישט איבערשפילן. אבער איבערגעשפילט האט זיך עס יא, און אויף א פארנעם וואס האט דער פריערדיגער מלחמה פי-כמה געשטעלט אין שאטן. און נישט נאר האט די וועלט איבערגעמאכט דעם מלחמה-טעות, נאר אויך מיט דער גרייזיגער לעזונג האט היסטאריע זיך דעמאלט שיין איבערגעשפילט.
די צווייטע וועלט-מלחמה איז געקומען אזוי שנעל נאך דער ערשטער, אז ס’איז אפילו שווער זי צו באצייכענען ווי אן איבערשפיל פון היסטאריע. קוים א גאנצער דור טיילט זיי אפ. די לעצטע וועלט-קריג איז מער א המשך צו, אדער אפשר פועל-יוצא פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. כ’ווייס נישט וואס פארא לעקציע די וועלט האט געזאלט אפלערנען פון דער ערשטער מלחמה; וואס דאס זאל נאר נישט האבן געווען, האט זי עס נישט גוט איינגע’חזר’ט.
די צווייטע וועלט-קריג איז נישט אראפגעפאלן פון הימל; די מאמענטום האט אויך נישט פלוצים ארויסגעשאסן ווי אן איינגעשלאפענער וואולקאן. ס’איז געווען א ריי פאקטארס וואס האבן דערצו געפירט, און א צאל קלענערע שריט האבן שטאפלווייז געפירט צום ערשטן טראט אריין אין דער מלחמה. יענע „ליגע פון לענדער‟ האט זיך אונטערגעפוילט צו טאן סיי-וואס ממשות’דיג ווען ס’איז נאך שייך געווען. ווען די ערשטע גערוך-שפירן פון פולווער און פייער האבן זיך אנגעהויבן פילן, האבן יענע אייראפעאישע גרויסמאכטן אויסגעקליבן צו פארשטעלן די אויגן און פארשטאפן די נאז, ווי איידער קוקן אין פנים א מציאות וואס האט געפאדערט מעשים.
מיט דער „יו-ען‟ האט די וועלט ווי פארנייט די לעכער וואס זענען געווען אין דער „ליגע פון לענדער‟, אבער די עיקר פראבלעמען זענען געבליבן אומבארירט. אויך היינט טוט די „יו-ען‟ כמעט גארנישט פראדוקטיוו אין דעם הינזיכט פון פארמיידן קאנפליקטן. פארקערט נאך: די מאטא פון דיפלאמאטיע איבער קריגעריי ווערט גענוצט אלץ צודעק און געווער צו פארדעקן און אפילו באשיצן דיקטאטארס און מאסן-מערדערס. די גרויסמאכטן פון אונזער תקופה ווייסן אלעס וואס ס’איז פאראן צו וויסן איבער ווער באדרעאט וועמען און די מיטלען וואס יענע ניצן. אבער, כימים ההם כזמן הזה זיצן זיי אויף די הענט און שווייגן און שטערן.
ס’איז מערקווירדיג, אז דעם סוף צו דער ערשטער וועלט-מלחמה האט געמאַכט די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע איז נישט געווען קיין מיטגליד אין יענער „ליגע‟. ס’איז מסתמא אויך נישט קיין צופאל, אז די קאלטע-קריג האט זיך נישט אויסגעלאזט אין א הייסער וועלט-מלחמה אן האבן די „יו-ען‟ פארמישט אינעם עסק.
און ס’איז מסתמא נישט ווילד צו זאגן, אז די קומענדיגע מלחמה וועט אויפפלאקערן נישט נאר אפגעזען פון דער „יו-ען‟ קערפערשאפט, נאר טאקע אדאנק איר. די אומשטענדן האלטן אינמיטן ווערן רייף. א מאנסטערישער איי האלט אין די שפעטערע פאזעס פון זיך אויסבריען אין דער היץ פונעם גיהנום.
און די דאזיגע „קומענדיגע מלחמה‟ האלט אייגנטליך שוין אינמיטן ברענען. ס’איז אן אנדער סארט קריג מיט אנדערערליי וואפנס. מ’קען זאגן, אז די יעצטיגע מלחמה א קאמבינאציע פון גלאבאליזאציע, פון איין זייט, און בפירוש-פרימיטיווע מיטלען, פון דער אנדערער. די מיטלען וואס די איסלאמישע טעראריסטן נוצן אין דער דאזיגער מלחמה, וואלטן נאך ביי דער ערשטער וועלט-קריג באטראכט געווארן ווי צוריקגעשטאנען. די לענדער וואס פראדוצירן און שטיצן די אטאקעס, זענען שוואך און אין אלע הינזיכטן הינטערשטעליג צו זייערע קעגנערס. די מערב-וועלט איז גרויס און מעכטיג, אבער גבורה איז פונעם מין וואס פאדערט זיך צו באקעמפן אנדערע לענדער, נישט יחידים באוואפנט מיט אויפרייס-גארטלען וואס זענען גרייט זיך אוועקצוגעבן דאס לעבן, אבי זיי נעמען די לעבנס פון אנדערע.
און אויף וויפיל די מערב-וועלט איז נאך יא גוט — צו כאטש צוימען די לענדער וואס פראדוצירן די רוצחים — איז די „יו-ען‟ נאך בעסער אין שטערן. און דאס טוט זי מיט אן אייפער כמעט אזוי גרויס ווי די מערדערישע רעזשימען וועמען זי שיצט.
בלייבן מיר מיט די זעלבע טעותים, די זעלבע חי’שע אינסטינקטן, די זעלבע מערדערישע צילן. ס’איז דער זעלבער מצב אין אן אנדער פארמאט. עס הייסט, נישט „דריטע וועלט-מלחמה‟ צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס די פריערדיגע האט אין 1939 נישט געהייסן די צווייטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.