עס לייקנט היינט שוין כמעט קיינער, אז צווישן דער פירערשאפט און דעם עולם איז פאראן א באלעבאטישער שטח פריי פלאץ. וואס א דור שפעטער, אלץ גרעסער ווערט דער מרחק און וואס מער מענטשן ווערן אלץ ווייטער אפגעריקט פון די וועגווייזערס אין אונזער דור. מענטשן פילן, אז די עיני העדה פארשטייען נישט צו די “היינטיגע יונגעלייט” און זייערע פראבלעמען, שוועריגקייטן, ראנגעלנישן, און בכלל זייער מענטאליטעט.
און ס’איז אמת. אביסל מער, עטוואס ווייניגער – א גרויסער אמת ליגט אבער זיכער דערין. יעדע געזעלשאפט, באמת, בייט און אנטוויקלט זיך. געווענליך, אנטוויקלט א גרופע מענטשן זיך אויפאמאל, אינאיינעם. די רבנים און קהילה-פירערס אנטוויקלען זיך אינאיינעם מיט’ן המון עם; איז, דער עולם טוישט זיך טאקע, אבער די פירערשאפט, פראדוקטן פון דער זעלבער געזעלשאפט, טוישט זיך מיט. דער יעצטיגער דור איז אבער אריינגעפאלן אין דער תקופת האינטערנעט, וואס האט נישט סתם געטוישט, נאר ממש געביטן דאס פנים פון מסתמא יעדן יחיד וואס זיצט “אנליין”. אונזער געזעלשאפט, ווי די גאנצע וועלט, גייט יעצט דורך א יסודות’דיגע אויפשאקלונג. א פּאר יאר אויפ’ן אינטערנעט צעשאקלט דעם קאפ און הארץ פונעם געווענליכן יונגערמאן.
דער אינטערנעט, וואס האט זיך אריינגעזעצט צווישן די צוויי דורות פון פריער און יעצט, צעבלאזט דעם געשאפענעם חלל – וואס עקספאנסירט מיט א ווילדן אימפעט. אויב דער אפיציעלער טאן פונעם אויבנאן וועט בלייבן ווי ער איז יעצט, וועלן מיר אין קורצן זיך מער בכלל נישט פארשטיין. עס וועט טראגן א פנים ווי פינף מינוט נאכ’ן דור הפלגה.
מענטשן באקלאגן זיך אומאויפהערליך אויף דעם, וואס די קהילות און מוסדות שטעלן איין תקנות וואס זענען אזוי נישט רעאליסטיש און אפגעריסן פונעם מציאות. מיר הערן טאקע נישט די קריטיק ביי די כל’ערליי אסיפות איבער כל’ערליי פירצות; מיר לייענען דערוועגן אויך נישט אין די אפיציעלע, האלב-אפיציעלע, אפיציעל-אומאפיציעלע, און אומאפיציעל-אפיציעלע קהילה אויסגאבעס און בלעטלעך. מיר רעדן אבער יא דערוועגן צווישן זיך, און מיר הערן דאס כסדר אויף אלע “מעסענדזשער גרופעס” אויף די “סמארטפאונס”, און מיר לייענען דערוועגן אויף די אנליין-פארומס – אין תוך: דארט און דורך וואו דער רוב פונעם נייעם דור זאגט וואס ער האט צו זאגן, שעפט זיין אינפארמאציע, און פורעמט זיין מיינונג אויף כמעט יעדער זאך.
די טענות זענען בארעכטיגט, אבער נישט אינגאנצן אמת. ווייל מיר אלע, אינטערנעט-זיצערס, ווייסן דעם אמת אז רוב פון די רבנים פון וועמען מיר מאנען ישועות און תיקונים, זענען נישט אונזערע דע-פאקטא וועגווייזערס. אויפ’ן אויבנאן פון אונזער אינטעלעקטואלער וועלט זיצט “גוגל”, און א שטיקל כנופיא מיט קלענערע גדולים פון דעם שניט. יעדער האט היינט א מיינונג איבער אלעם, און דער דעת הקהל ווערט נישט דיקטירט דורך, און אויסגעפורעמט אין קהל-שטיבל. לפנים איז אלעס אין טאקט, אומבארירט, און זעט אויס פונקט ווי אין די לעצטע 60 יאר. די קישקעס, אבער, טראגן שוין גאר אן אנדערן פנים און דאס מאטעריאל וואס זיי פארדייען איז פון גאר אן אנדערן מין ווי – נישט אמאל, נאר נעכטן און אייער-נעכטן.
אין א תקופה ווען יעדער טראכט און טוט אליין (שב ואל תעשה און קום ועשה) וואס און ווי ער פארשטייט, איז שווער צו האבן טענות קעגן אזעלכע וואס האבן פארנומען זייערע פאזיציעס איידער דער שינוי האט אריינגעטרעטן אין אונזער ציבור. נישט די רבנים האבן געשאפן דעם מצב. זיי פארשטייען אפילו נישט געהעריג וואס דא קומט פאר.
טענות קען מען אבער יא האבן אויף די בעלי-טענה: דו זיצט דאך דא, בתוך עמי ועל האינטערנעטי; דו ווייסט דאך יא, אז יעדער האלט היינט דעם מיקראפאן און ווער עס וויל נאר קען רעדן צום עולם – אינגאנצן אנאנים. דער עמוד פון וועלכן דער רעדנער רעדט צום ציבור, האט זיך באקוועם קובע-מקום געווען אין דער ווירטואלער וועלט. יעדער האט די ברירה זיך מכבד צו זיין מיט א דרשה. ס’איז נישט גוט? מען דארף מאנען, פאדערן, רופן פאר א תיקון? נו, אדרבא! רעד צום עולם. אויב דו וועסט זאגן דברים של טעם, וועט דיין מעסעדזש ביז 15 מינוט געהערט אדער געזען ווערן דורך טויזנטער אנשי שלומינו.
כ’ווייס נישט צי ס’איז שוין אמאל אין דער היסטאריע געווען אזא מצב מיט אזעלכע אומשטענדן, אין וועלכע יעדער – יעדער איינציגער יחיד – קען רעדן און משפיע זיין אויף אזויפיל מענטשן, אזוי שנעל, אזוי לייכט.
די פון אונז וואס באלאנגען צו דעם סעקטאר, וואו מען פילט אז מ’לעבט אויף אן אנדערן פלאנעט ווי דעם פני אונזערן, די זעלבע ווייסן דאך די סיבה אונטער דעם, און פארשטייען אויך אז יענע הייבן נישט אן צו באגרייפן – נישט די פראבלעם, נאר אז אזא פראבלעם עקזיסטירט בכלל.
אנשטאט ארומשיקן איבער’ן אינטערנעט דרשות און הסברות צו די רבנים, נעם זיך רעדן צו די אייגנטליכע אנוועזנדע – די לייענערס און הערערס פון די מעסעדזשעס. ווייז אן וואו ס’איז נישט גוט און וואס קען געטאן ווערן צו מאכן בעסער. ס’איז א זעלטענע געלעגנהייט, ווייל אין עטליכע יאר פון יעצט וועלן מיר שוין קאנקורירן מיט די רבנים און מורי דרך, וואס וועלן משמיע זיין זייער דעת תורה אויף “וואַטסעפּ…”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.