Yiddish with an Aleph

בריוו אין רעדאַקציע

Letter to the Editor

פֿון פֿײַוויש בריף

  • Print
  • Share Share

חשובֿער רעדאָקטער,

אל כבוד האי גברא רבא ספרא דעמא מר. באריס סאנדלער הי״ו, קודם א דאנק פארן פובליקירן דעם טייערן איד ר’ יואל מאטוועיעוו, זיין פרומער פרא רעליגיעזער אמונה און לעבנ’ס שטייגער טוט אוודאי צוציען פרומע אידיש רעדער צו חכמה ודעת. אבער „רוחניות” דארף אויך א רעדאקטאר…

ער איז טאַקע אַ שטאַרק „רוחניות” שרײַבער, און איך האָב שױן געהערט פֿון ניט אײנע, איבערהױפּט די בעלי תּשובֿה און סתּם נאָסטאָלאָגישע פּאָלנע רוסישע אָדער רײן אַמעריקאַנע עמי־האַרצים ייִדישקײט טיפּן װאָס גלײַכן שטאַרק זײַן סטיל טראַכטען און שרײַבן. — די סאָרטען װאָס װערן צוגעצױגען צו חב”ד אָדער אש־התּורה „קירוּבֿ־רחוקים” מיסיאָנערן.

אָבער איך אַלץ געבױרענער פֿרומער סאַטמאַרער חסיד, און אַלץ אַזאַ אײנער װאָס האָדעװעט מײַנע קינדערלעך דאָ אין װיליאַמסבורג אױף ייִדיש, בין שטאַרק אַנטױשט אין אײער „פֿאָרװערטץ” צו פּובליקירן זײַנע אַרגומענטן און געמאַכטע זעלבסט־אױסגעטראַכטע פֿאַקטן אָלץ אמת אינעם „רוחניות׳דיקע” קאָלום.

גראַדע דאָ האָב איך בײ אימ׳ן געפּועלט ער זאָל דאָס אַרינשטעלן אין „פּובליציסטיק” נאָך לאַנגע חדשים זיך מתװכּח זײַן מיט אים. עס איז אױך קודם געװען אין זײַן „רוחניות” קאָלום.

//yiddish.forward.com/articles/168076/satmar-yiddishland

אָבער דאָ איז ער פֿאַרעקשנט ביטע זען דאָס זאָל מער נישט פּאַסירן אינעם עתיד.

לענין: נעכטן שרײַבט ער פֿון צװישן אַנדערע דערקלערונגען אַז סאַטמאַר רבֿ רבינו יואל טײטלבױם זצוק״ל איז געװען מער װיכטיק אין ייִדישײט װי אַ פּראָ׳ מיט צענדליקע ספֿרים װאָס איז אָנגענומען אַלץ סאַמער גרונטליכסטער דענקער אין ייִדישקײט פֿון דער תּקופֿה נאָך דער מלחמה.”

//yiddish.forward.com/articles/171770/halacha-incompatible-with-hasidism

אין אמת: סאַטמאַר רבֿ האָט אַבסאַלוט נישט געטראַכט מער אָדער אָנגגעשריבן אפֿילו אַ פּראָצענט װיפֿל פּראָ׳ לײבאָװיץ ז”ל. ער האָט אפֿשר געשריגן און געװײנט מער און געהאַט מער קינדער געבורטן פֿון זײַנע חסידים, אָבער װאָס שײַך פֿאַקטיש צום ייִדישן אינטאַלעקטוליזם איז דאָס רײן „מאַטװײעװ׳ס מײנונג” און גאָרנישט מיטן אמת. איך האָב זיך געטענה׳ט נעכטן אַ גאַנצן טאָג מיט אים איבער דעם, ער איז באַרעכטיגט צו זײַן פּראָ סאַטמאַר פֿרומער קנאות נטורי קרתּא „בײעס”, אָבער ביטע אַרײַנשטעלן דעם אַרטיקל אין „פּובליציסטיק” קאָלום.

אַ דאַנק