Yiddish with an Aleph

סדר אין הפקרות

Finding Order in Chaos

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
JTA

א גוטע נישט-נייעס: דער אינטערנעט איז א שטח הפקר.

נישט-אזא-גוטע נישט-נייעס: די וואס ווילן זען די חרדישע קהילה אין דר’ערד, ניצן דעם אינטערנעט אונז אונטערצוהאקן די פיס.

א גוטע נייעס: די וואס ווילן מתקן זיין די סיסטעם — שרייבן, פאדערן, שמועסן, עקספערימענטירן, און ארגאניזירן — קענען טאן דאס זעלבע.

פארוואס איז דאס יא א נייעס? איך ווייס נישט. לכאורה א דבר פשוט, אבער מען זעט אבער נישט אויפ’ן אינטערנעט קיין סך פון דעם מין — פון אונטערנעמונגען אדער אפילו פרואוון צו מתקן זיין, צו אויפטאן, צו פארבעסערן.

און ס’איז א שאד. ס’איז א שאד, ווייל יעצט איז די צייט דערפאר.

א סיסטעם, ווי יעדער ווייסט און פארשטייט, לאזט זיך נישט טוישן אזוי גרינג. עמיצער האט אמאל געזאגט, אז א געזעץ איז געמאכט געווארן עס צו קענען ברעכן. ס’איז א גוט ווארט און ברענגט אומדירעקט ארויס די דעפיניציע פון „געזעץ‟: א כלל וואס איז געמאכט געווארן אויסצופאלגן. א געזעץ וואס לאזט זיך גרינג טוישן, פארלירט אויטאמאטיש דאס משמעות.

א געזעלשאפט איז מיוסד אויף געזעצן — קולטורעלע און מאראלישע — מיט דעם ווערט זי דעפינירט. ביי אונז, חרדישע אידן, איז דער כלל נאך שטארקער. אין צוגאב צו מאראלישע און קולטורעלע כללים, האבן מיר אויך אידישקייט בעצם — דעם שלחן ערוך, מיט אלע חמרות און פארטייטשונגען וואס זענען ביי אונז, מאיזה סיבה שהיא, אנגענומען געווארן.

בנוסף צו דעם וואס די כללים פון אונזער געזעלשאפט באשטייען פון מער פרטים ווי אין אלגעמיין, איז דער פענאמען פון פארפרוירנקייט, נישט טוישן און אפילו נישט רירן דעם סטאטוסקווא, ביי אונז סך שטארקער און שארפער. (דאס „נישט משנה זיין‟ איז דאך א חשוב’ער יסוד פון חרדיזם בכלל.)

במילא, איז א טויש, אפילו א קנייטש, אויף אונזער וועג פון לעבן זייער א שווערע, אויב נישט כמעט-אוממעגליכע אויפגאבע. אבער שינויים פעלן אייביג אויס, ווייל פראבלעמען און לעכער זענען אייביג דא. אזוי לאנג ווי די געזעלשאפט באשטייט פון מענטשן, וועלן אייביג זיין חסרונות. דער כלל איז דאך נישט עפעס מער ווי צוזאמגעשמאלצענע פרטים. און היות קיין איינציגער מענטש איז נישט קיין מושלם, וועט די סיסטעם וואס איז זיי אלע כולל אויך קיינמאל נישט זיין פערפעקט.

שוין אפגערעדט פון אונזער תקופה, וואס זעט מסתמא איינע פון די שארפסטע אויפטרייסלונגען אין מענטש און וועלט אין דער מאדערנער היסטאריע. מיר געפינען זיך לכאורה אינמיטן א רעוואלוציע, וואס ווערט געטריבן פון טעכנאלאגיע, בעיקר, דעם אינטערנעט. דאס איז אן אמת פאר דער גאנצער מענטשהייט, נישט דווקא דעם חרדישן ציבור. אפגעזען, צי מיר ווילן אדער נישט, לעבן מיר אין אט דער וועלט און ווערן במילא פון איר אפעקטירט. אז די וועלט טוישט זיך, טוישן מיר זיך מיט, אפילו קעגן אונזער ווילן. א צעבושעוועטער שטורעם צעטרייסלט און צעשלעפט אלץ וואס ער באגעגנט, און פרעגט נישט פריער קיין רשות פון קיינעם. ס’איז א פאקט פון לעבן.

ווען די פארבליבענע רבנים און רביים האבן נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה אנגעהויבן אויפסניי אויפשטעלן א סטרוקטור פאר’ן פרומען ציבור, האבן זיי א סך געקנייטש און געטוישט פון דער „אלטער היים‟. זייער ציל איז, ווי יעדער פארשטייט, נישט געווען צו בייטן דאס פנים פונעם חסידישן איד; דווקא פארקערט: זייער ציל איז געווען פארצוזעצן מיט דער זעלבער מסורה ווי פאר דעם קריג. היות די אומשטענדן זענען געווען גאר אנדערע ווי אין מזרח־אייראפע, האבן די „רעגולאציעס‟, אזוי צו זאגן, אויך געמוזט זיין אנדערע. די שינויים, ווי יעדער פארשטייט, זענען געקומען אויפ’ן סמך פונעם „חדש אסור מן התורה‟ — דווקא אזוי. דער „חדש‟ וואס אונזערע רביס האבן אזוי נישט ליב געהאט, האט נישט גערעדט פון דעם יהדות-גוף, אזוי ווי ווייט ווי דער נשמה. זייער כוונה איז געווען מסורה-אידישקייט, און אויב זיי האבן געפילט אז א שינוי וועט דאס אנרירן, האבן זיי דעם פרואוו פון ענדערן באקעמפט מיט אייפער.

ס’איז שווער צו פארגלייכן יענע צייט פאר זעכציג יאר צוריק מיט אונזער תקופה היינט. זיי זענען דאך אזוי נישט דומה. פון דער אנדערער זייט, אבער, וואס שייך דעם עתיד פון מסורהדיגער אידישקייט, זענען זיי גארנישט אזוי אנדערש. פון א חרדיש-אידישער פערספעקטיוו איז יעצט ארום 1938. עס הערט זיך מסתמא שארפער ווי בארעכטיגט, אבער איך בין גארנישט אזוי זיכער, אז ס’איז אזא ווילדע גוזמא.

ס’איז טאקע אוממעגליך פאראויסצוזאגן וויאזוי זאכן וועלן זיך אנטוויקלען. בפרט נאך, ווען די סיבה צו די נייע אומשטענדן איז א טעכנאלאגישער גולם וואס האלט נאך אינמיטן זיך אנטוויקלען, קען מען זיך מסתמא נישט פארשטעלן וויאזוי דאס וועט זיך ענדיגן. דער שכל זאגט אבער, אז מען דארף האנדלען לויט’ן מצב ווי ער איז יעצט. און דער מצב פאדערט דראסטישע, דרינגענדע שריט.

דער אינטערנעט, ווי געזאגט, איז דערווייל נאך א שטח הפקר. אונזער, דער חרדישער, עסטאבלישמענט איז דערווייל נישט גרייט צו אנערקענען דאס מציאות, אז דער עולם איז אויפ’ן אינטערנעט, און דער מיקראפאן וואס דיקטירט דעם דעת הקהל ציט זיך צוביסלעך, אבער צוגלייך גאר זיכער אריבער פון דער בימה צו אינטערנעטישע בלעטלעך. אונזערע פירערס ווילן, אפנים, האפן, אז דורך צעשיקן שטרענגע וועד-אישור בויגנס, וועט די פראבלעם פארשווינדן. מיר אלע, וואס זענען אויפ‘ן אינטערנעט, ווייסן דאך אבער, אז דאס איז מעשי בת היענה בתפארתה. מיר ווייסן אויך, אז די וועמען די סיסטעם שטערט גענוג אים צו וועלן זען אין חורבות, נוצן אויס דעם אינטערנעט פאר זייער ציל. דארפן די, וואס ווילן יא זען א המשך צו אונזער מסורה, טאן דערצו, אז די צוקונפט זאל זיין בעסער ווי די געגנווארט. הפקירות רייסט זיך אלץ מער און טיפער אריין אין אונזערע רייען. דער אינטערנעט, ווידער, איז דערווייל הפקר. איז יעצט די צייט מתקן צו זיין דארט וואו תיקונים פעלן אויס; און אזעלכע זענען פאראן גענוג און נאך.

יעצט איז די צייט. ווען אלץ וועט זיך איינשטילן און אוועקזעצן, וועלן זאכן צוריק איינגעפרוירן ווערן אויפ’ן אופן ווי זיי וועלן דעמאלט זיין.